רפאל ברוך טאלידאנא

רב פון מעקנעס, מאראקא

הרב רפאל ברוך טאָלידאַנאָ (תר"ן, 1890, מאראקא - י"ח חשוון תשל"א, 1970, בני ברק, ישראל) איז געווען רב פון מעקנעס אין מאראקא. ער האט ארויסגעגעבן אן אויסגאבע פונעם קיצור שולחן ערוך מיט הוספות מיט די מנהגים פון מאראקא יידנטום.

רפאל ברוך טאלידאנא
קיין פריי בילד
געבורט 1890
תר"ן
מעקנעס, מאראקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 נאוועמבער 1970 (אלט 80 בערך)
י"ח חשוון תשל"א בני ברק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגארפיע רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין מעקנעס, מאראקא, אין 1890, צו רבי יעקב טאלידאנא און מרת חנה (סודרי). די טאלידאנאס זענען אן אוראלטע משפחה וואס שטאמט פון טאלעדא, שפאניע. זיין רבי מובהק איז געווען רבי חיים בירדוגא און ער האט געלערנט מוסר ביי רבי חיים מעשאש. ער האט געהייראט רחל עמאר.