די ריווינגטאן שול איז דער שול אין דער לאוער איסט סייד, אויף ריווינגטאן גאס צווישן לאדלוי און ארטשערד גאסן. ס׳איז אויך באקאנט אלס די ערשטע ראמעינישע שול, אוואו עס האט געווירבעלט מיט אידן אין די צייטן ווען איסט סייד איז געווען יידיש, עס האבן דארטן אויפגעטרעטן די גרעסטע חזנים אין דער אידישער היסטאריע, יאסעלע ראזנבלאט, קאסעוויצקי, און נאך.

איר לעצטער רב, הרב יעקב שפיגל, איז געשטארבען פון א פאטאלער הארץ אטאקע מוצאי תענית שבעה עשר בתמוז אינמיטען א סעודת ברית וואס ער האט געמאכט פאר א פרייען פארפאלק.

זיינע קינדער ר' שמואל פון איסט סייד ר' משה פיינשטיין'ס כולל, און זיין ברודער גרשון שפיגעל דער טוען רבני פון לעיקוואד, דינען צוזאמען היינט צוטאגס ברבנות.

עס איז צאמגעפאלן די דאך, און די שפיגל קינדער האפן אז דאס וועט ברענגען געלט אויפצולעבן די שול.