רודאלף ווערבע (ה'תרפ"ד - כ"ו אדר ה'תשס"ו) איז געווען א סלאוואקישער יודישער יוגנטליכער, וואס איז אנטלאפן פון אוישוויץ צוזאמען מיט זיין פריינד אלפרעד וועצלער, און זיי זענען געווען די ערשטע וואס האבן אינפארמירט פאר די דרויסנדיגע וועלט, די אמת וואס עס גייט אלץ פאר אין אוישוויץ.

ווערבע איז געבוירן וואלטער ראזנבערג אין טאפלישאן, סלאוואקי.

די היסטארישע פארשריבענע עדות וואס מ'האט געהערט פון זיין מויל, הייסט: די ווערבאַ-וועצלער באַריכט.