רבי אלעזר בן פרטא, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.

זיין צייט רעדאַקטירן

רבי אלעזר בן פרטא איז געווען פון צווייטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש.[1]

צוויי רבי אלעזר בן פרטא'ס:

דער סדר הדורות שרייבט אז ס'איז געווען צוויי רבי אלעזר בן פרטא'ס, איינער אין דער צייט פון רבי יוחנן בן זכאי, אין איינער אין די צייט פון רבי יהודה הנשיא, אזוי ווי מ'געפינט אין ירושלמי: [2] אתא עובדא קומי רבי, בעא מיעבד כרבנן, אמר לו רבי אלעזר בן פרטא בן בנו של רבי אלעזר בן פרטא לא כן למדתנו בשם זקיניך וכו' וחזר ביה.

אין בבלי געפינט מען אויך אן ענליכן לשון:[3]: מעשה ועשה רבי כדברי חכמים אמר לפניו פרטא בן רבי אלעזר בן פרטא בן בנו של רבי פרטא הגדול אם כן מה כח בית דין יפה.

איבער אים רעדאַקטירן

רבי אלעזר בן פרטא איז ארעסטירט געווארן צוזאמען מיט רבי חנניא בן תרדיון אין איז געראטעווט געווארן דורך אליהו הנביא. [4]

אין משניות רעדאַקטירן

  • מסכת גיטין פרק ג' משנה ד', ”שלשה דברים אמר רבי אלעזר בן פרטא לפני חכמים, וקיימו את דבריו, על עיר שהקיפה כרקום, ועל הספינה המטירפת בים, ועל היוצא לידון, שהן בחזקת קיימין, וכו'”


רעפרענצן רעדאַקטירן

  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. ירושלמי מגילה פרק ד' הלכה ד', כתובות פרק י"א הלכה ו', סנהדרין פרק א' הלכה ב'
  3. כתובות ק' ע"א, גיטין ל"ג ע"ב
  4. עבודה זרה י"ז ב'


חכמי המשנה - זוגות - תנאים

ערשטער דור נאך די אנשי כנסת הגדולה: שמעון הצדיק , רבי דוסא בן הרכינס

צווייטער דור: אנטיגנוס איש סוכו , רבי אלעזר בן חרסום

דריטער דור - ערשטער דור זוגות: יוסי בן יועזר איש צרדה (נשיא) , יוסי בן יוחנן איש ירושלים (אב בית דין)

פערטער דור - צווייטער דור זוגות: יהושע בן פרחיה (נשיא) , נתאי הארבלי (אב בית דין) , יוחנן בן מתתיהו

פינפטער דור - דריטער דור זוגות: יהודה בן טבאי (נשיא) , שמעון בן שטח (אב בית דין) , אליהועיני בן הקוף , חוני המעגל

זעקסטער דור - פערטער דור זוגות: שמעיה (נשיא) , אבטליון (אב בית דין) , אדמון , חנן בן אבישלום , רבי מיאשא , עקביא בן מהללאל

זיבעטער דור - ערשטער דור תנאים (סוף בית שני): הלל הזקן (נשיא) , שמאי הזקן (אב בית דין) , שמעון בן הלל (נשיא) , רבן גמליאל הזקן (נשיא) , מנחם , אבא שאול בן בטנית , בבא בן בוטא , חנמאל המצרי , חנניה בן חזקיה בן גוריון , יהודה בן בתירא , רבי יוחנן בן בג בג , רבי יוחנן בן החורנית , ישמעאל בן פיאבי , נחום הלבלר , רבי נחוניא בן הקנה

אכטער דור - צווייטער דור תנאים (זמן החורבן): רבן שמעון בן גמליאל הזקן (נשיא) , רבן יוחנן בן זכאי (נשיא), אבא שאול , רבי אליעזר בן יעקב , רבי אלעזר המודעי , רבי אלעזר בן דמא , רבי אלעזר בן פרטא , רבי אלעזר ברבי צדוק , רבי חנינא סגן הכהנים , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא בן דוסא , רבי חנניא בן חכינאי , רבי חנניא בן תרדיון , יונתן בן עוזיאל , רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול , רבי פפייס , רבי צדוק , שמואל הקטן

ניינטער דור - דריטער דור תנאים: רבן גמליאל פון יבנה (נשיא) , רבי אליעזר בן הורקנוס , רבי אלעזר בן ערך , רבי חוצפית המתורגמן , רבי חנניא איש אונו , רבי יהושע בן חנניה , נחום איש גמזו , רבי חנינא בן עקביא

צענטטר דור - פערטער דור תנאים: רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי אלעאי , רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא , רבי אלעזר בן עזריה , רבי אלעזר חסמא , רבי חנינא בן גמליאל , רבי חנניא בן עקשיא , רבי יהודה בן בבא , רבי יוחנן בן נורי , רבי יוסי הגלילי , רבי ישמעאל , שמעון בן זומא , שמעון בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה

עלפטער דור - פינפטער דור תנאים: רבן שמעון בן גמליאל (דער צווייטער) (נשיא), רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי יהודה (בר אלעאי) , רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהושע בן קרחה, רבי יוחנן הסנדלר, רבי יוסי (בן חלפתא), רבי נחמיה, רבי שמעון בר יוחאי , רבי שמעון שזורי

צוועלפטער דור - זעקסטער דור תנאים: רבי יהודה הנשיא , רבי אלעזר ברבי שמעון , רבי אלעזר הקפר , חלפתא איש כפר חנניה, רבי יוסי ברבי יהודה , רבי ישמעאל ברבי יוסי , רבי נתן , רבי שמעון בן אלעזר, רבי שמעון בן מנסיא

נאך תנאים: רבי יוחנן בן ברוקה ובנו רבי ישמעאל