ראובן אהרנאוויטש

בירגערמייסטער פון בני ברק

ראובן אהרנאוויטש (1902 - 1975) איז געווען דער דריטער בירגערמייסטער פון בני ברק. אהרונאוויטש האט געדינט אין דעם אמט 10 יאר (נישט נאכאנאנד), צווישן די יארן ה'תשי"ד - ה'תשכ"ו (19541966).

ראובן אהרנאוויטש
ראובן אהרונאוויטש
געבורט 1902
אזארקאוו, פוילן
טויט 1975 (אלט 73 בערך)
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג לייטענאנט בירגערמייסטער און ממונה אויפן שטיץ פארטפעל
פארטיי פועלי אגודת ישראל
בירגערמייסטער פון בני ברק
19541957
(בערך 3 יאָרן)
בירגערמייסטער פון בני ברק (צווייט מאל)
19591966
(בערך 7 יאָרן)
אנפירער פון באנק אגודת ישראל אין אזארקאוו
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

אהרנאוויטש איז געבוירן געווארן אין אזארקאוו, פוילן, צו זיינע עלטערן יצחק און לאה פראדל (געבוירן שטערנפעלד). זיי האבן געהאט ניין קינדער; יצחק איז נפטר געווארן אין יאר תרצ"ט. ראובן האט חתונה געהאט מיט פערל, טאכטער פון יהודה אריה לייב בן יעקב קלמן פרושינאווסקי, אלע גערער חסידים.

אהרונאוויטש האט געדינט ווי פארוואלטער פון דעם באנק אגודת ישראל אין אזארקאוו.‏[1]

ווען בני ברק איז געווארן א לאקאלער ראט האט מען באשטימט אהרונאווביטש איינער פון די 11 מיטגלידער פון איר פארוואלטונג, אלס דעלעגאט פון פועלי אגודת ישראל.‏[2] ביי די ערשטע וואלן צו דעם ראט איז ער געווען פארזיצער פון דעם וואלן־קאמיטעט, און ער האט קאנדידירט ביים הויפט פון דער רשימה פון אגודת ישראל מיט פועלי אגודת ישראל.‏[3]

אין יאר 1947 איז ער געווארן א רעגיסטראטאר פון דעם ארבעטערס ארבעטס ביורא אין נאמען פון פועלי אגודת ישראל.

דורך די יארן וואס ער האט געדינט אין דער בני ברק ראט איז ער געווען לייטענאנט־בירגערמייסטער‏[4] און דער ממונה אויף דער שטיץ־פארטפעל. אין 1953 האט די שטאטראט באשלאסן צו העכערן אים צו א באצאלטן לייטענאנט.‏[5] ווען בירגערמייסטער יצחק גערשטנקארן האט רעזיגנטירט אין מאי 1954, האט מען מסכים געווען צו מאכן א ראטאציע פאר בירגערמייסטער צווישן אהרנאוויטש און דעם דעלעגאט פון הפועל המזרחי, משה באַגנא, וואס האט געדינט זעקס חדשים, דערנאך האט אהרנאוויטש געדינט זעקס חדשים.‏[6]

נאך די וואלן אין 1955 האט אהרנאוויטש געדינט ווייטער ווי בירגערמייסטער, ביז סעפטעמבער 1957 ווען ער האט רעזיגנטירט לויט דעם ראטאציע הסכם און באגנא איז געקומען צוריק.‏[7] ביי די וואלן אין 1959 האט זיך פארשטארקט די רשימה פון אגודת ישראל מיט פועלי אגודת ישראל, און אהרנאוויטש האט געדינט די גאנצע קאדענץ ווי בירגערמייסטער. ביי די 1965 וואלן, איז מפד״ל געווארן שוואכער און איז אראפ פון פיר צו דריי מאנדאטן,‏[8] האט אהרנאוויטש געמאכט א קאאליציע מיט דעם מערך פארטיי, און מפד״ל איז געבליבן אין דער אפאזיציע.‏[9] אין אויגוסט 1966 האט אהרנאוויטש רעזיגנירט פונעם אמט פון בירגערמייסטער און שמואל ווינבערג האט איבערגענומען.‏[10]

משפחה רעדאַקטירן

די קינדער פון ראובן און פערל אהרנאוויטש זענען:

  • טובה, ווייב פון יוסף ראזנטאל, זון פון אברהם יצחק ראזנטאל, זון פון צבי יהושע ראזנטאל. זי איז געבוירן געווארן אין אזארקאוו, פוילן.
  • רחל, ווייב פון יוסף מאלאווסקי, זון פון נחמן דוד מאלאווסקי, אן אייניקל פון רבי אברהם לאנדא, טשעכאנאווער רבי, און פון רבי אלעזר הכהן פון פולטוסק (זון פון זאב וואלף הכהן לייפסקער אב"ד מאקעווע, פולטוסק, פלאצק און סאכאטשאוו) מחבר פון "תשובות מהרא"ך" און איידעם פון של הרב יעקב לארבערבוים פון ליסא, דער ״נתיבות״.
  • חיה, ווייב פון ר' יצחק צבי {הערשל} נייהויז, זון פון יעקב יוסף נייהויז). רחל און חיה זענען געווען צווילינג.
  • מלכה, ווייב פון ישראל אליעזר כ"ץ, זון פון אברהם שמואל כ"ץ.
  • ליבא דבורה, ווייב פון נח הלוי פרום געבוירן געווארן אין אזארקאוו, פוילן.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. אוזרקוב, מגילת פולין, ספר זיכרון לקהילת אוזרקוב, עמוד 72
  2. מוסטער:דבר
  3. על חומותייך בני ברק, עמוד 58
  4. מוסטער:מעריב
  5. מוסטער:מעריב
  6. מוסטער:מעריב
  7. מוסטער:מעריב
  8. מוסטער:מעריב
  9. מוסטער:מעריב
  10. מוסטער:מעריב


בירגערמייסטער פון בני ברק
יצחק גערשטנקארן משה באַגנא ראובן אהרנאוויטש שמואל וויינבערג שמעון סיראקא ישראל גאטליב יצחק מאיר משה אירנשטיין
1939 - 1954 1954

1957 - 1959
1954 - 1957

1959 - 1966
1966 - 1968

1978 - 1983
1968 - 1969 1969 - 1974

1976 - 1978
1974 - 1976 1983 - 1991

1993 - 1995
ירחמיאל בויאר עמוס מר-חיים מרדכי קארעליץ ישכר פראנקנטאהל יעקב אשר אברהם רובינשטיין חנוך זייבערט אברהם רובינשטיין
1991 - 1993 1995 - 1997 1997 - 2003 2003 - 2008 2008 - 2013 2013 2013 - 2018 2018 - היינטיקער