קלמן כהנא

ישראלישער שרייבער און פאליטיקער

הרב ד"ר קלמן כהנא (כ״ב אייר תר"ע - י״א אלול תשנ"א; 31סטן מאי 1910 - 20סטן אויגוסט 1991) איז געווען רב פון קיבוץ חפץ חיים, גרינדער און פירער פונם בית מדרש פאר הלכה אין דער לאנדווירטשאפט־זידלונג, און מחבר פון א סך ספרים. ער איז געווען איינער פון די פירער פון פועלי אגודת ישראל, איינער פון די אונטערשרייבער פון דער דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט, א כנסת דעפוטאט און וויצע מיניסטער פון בילדונג און קולטור אין די ישראל רעגירונגען .

קלמן כהנא
געבורט 31 מאי 1910
בראָד, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 אויגוסט 1991 (אלט 81)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
תאריך עלייה 1938
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, שרייבער, זשורנאליסט, רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
כנסת דעפוטאט
14 פעברואר 194920 יולי 1981
(32 יאָרן)
כנסות מועצת המדינה הזמנית, 1 - 9
תפקידים בולטים
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע רעדאַקטירן

ער איז געבוירן אין דער שטאט בראד אין גאליציע, דעמאלסט אונטער דער הערשאפט פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע (היינט אין אוקראינע) אין א רבנישער משפּחה, די כהנא העלער פאמיליע, אין 1910.

ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון צעירי אגודת ישראל אין דייטשלאנד .

נאָך זײַן חתונה מיט חנה, די עלטסטע טאָכטער פון הרב ברוך קונשטאַדט אב"ד פון פולדא, האָט ער געהאָלפֿן זײַן שווער און געדינט ווי זײַן געהילף און רעכטע האנט אין דער פולדא ישיבה.

ער איז געווען אַ דעלעגאַט אין דער דריטער כנסיה גדולה פון אַגודת ישראל אין מארינבאַד אין תרצ"ז ( 1937 ).

אין יאר 1938 האט ער אימיגרירט קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין קיבוץ חפץ חיים אין כפר סבא,‏[1] און אין 1940 ( ת״ש ) איז ער דערוויילט געוואָרן אלס רב פונעם קיבוץ.‏[2]

אין תשל״ט האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין ירושלים, און ער האט געגרינדעט דעם בית מדרש פאר הלכה אין לאנדווירטשאפט זידלונג און דער פונדאציע פאר חילול מעשר שני און רבַעי.

משפחה רעדאַקטירן

ער האָט איבערגעלאָזט אַכט קינדער, זעקס טעכטער און צוויי זין:

  • זײן עלטסטע טאכטער שפרה האט חתונה געהאט מיט ר׳ גבריאל עקשטיין. וואוינט אין קיבוץ חפץ חיים.
  • זיין טאכטער מרגלית האט חתונה געהאט מיט הרב אברהם שלמה היימאן, און וואוינט אין ביתר עלית .
  • זײן טאכטער שרה האט חתונה געהאט מיט ר ׳ אברהם הערשקאװיץ. וואוינט אין ירושלים.
  • זײַן טאָכטער תרצה האָט חתונה געהאַט מיט ר' ראובן פרידמאן. וואוינט אין ירושלים.
  • זײַן זון ר ' בנימין זאב וואוינט אין ירושלים.
  • זײַן זון ר ' אברהם אריה האָט געוואוינט אין כוכב יאיר.
  • זײַן טאָכטער חיה עַדינה האָט חתונה געהאַט מיט רבי יהושע אלעזר איתמר, און וואוינט אין בני ברק.
  • זײַן טאָכטער הדסה האָט חתונה געהאַט מיט רבי יהודה גאָטליב, זי וואוינט אין מבוא חורון .

רעפערענצן רעדאַקטירן