קינדליין איז א וועכנטליכער פרומער זשורנאל אויף אידיש ספעציעל פאר קינדער, ארויסגעגעבן זינט מקץ תשע"ה.[1] דער זשורנאַל איז געווארן געגרינדעט און ארויסגעגעבן דורך הרב מענדל הערש פאנעט, און האט געהאט א קאמיטע פון שרייבער און מחנכים ווי ר' פישל שעכטער, ר' חיים הערש מענדעלאוויטש, און ר' דוד וועבער.

קינדער
א קינד אין קאנאדע ליינט די קינדליין

קינדליין ווערט וועכנטליך פארשפרייט צו פילע שטעט און לענדער איבער דער וועלט, אריינגערעכענט פאראײניגטע שטאטן, קאנאדע, ישראל,‏[2] ענגלאנד, בעלגיע, שווייץ, און עסטרייך.[3]

אינהאלט רעדאַקטירן

קינדליין איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד[4] און איז געווען די ערשטע אויסגאבע וואס איז געווען כשר ביי אלע פרומע קרייזן, אנגעהויבן פון סאטמאר ביז די מער מאדערנע קרייזן. דאס איז צוליב דעם וואס דער גרינדער הרב מענדל הערש פאנעט האט אוועק געשטעלט איז א פאראייניגטע גרופע פון מחנכים פון פארשידענע פרומע קרייזן ווי סאטמאר, סקווירא, באבוב און בעלזא.

עס איז געווארן פרעזענטירט ווי א ריינע חינוך'דיגע אויסגאבע, און וואס א מלמד אדער א לערערין וואלט נישט געזאגט אין קלאס ווערט נישט דערמאנט אדער געשריבן. אויך האט יעדער ארטיקל א שטארקע חינוך'דיגע ציל, וואס די ליינער זאלן זיך לערנען דערפון א מוסר השכל אדער ידיעות, נישט אבי צייט-פארברענגעניש.

קינדליין איז געווען די ערשטע אידישע אויסגאבע וואס האט געלאזט מאלן קאמיקס ספעציעל פאר די פרומע קרייזן[5] אויסגעהאלטן פון יעדן שטאנדפונקט. סיי די מעלערייען און סיי די אינהאלט ווערן געשריבן בלויז פאר קינדליין און נישט איבערגעטייטשט פון אנדערע שפראכן. די מעלער פון די קאמיקס זענען די גרעסטע מעלער אין דעם אידישן מארק, גדי פאלאק[6], אברהם זמורה[7], דבורה קאטאווסקי[8], מאטי העללער, דון בר לב, יואל בר לב, דוד גאלד, בת שבע האוולין[9], זקי ירחי, א. אסציסלעווסקי, אהרן זאב בערנשטיין, און נאך.

אויסער קאמיקס, האט קינדליין פארמאגט פארשידענע קאַלומס, ווי היסטאריע, ערפינדונגען, וויסנשאפט, הינטער די קוליסן, אינטערוויוס,[10] און נאך, וועלכע האלטן געשפאנט די ליינער. קינדליין איז טאקע געאייגנט פאר קינדער, אבער מיט דער צייט איז עס אויפגענומען געווארן ביי אלע יארגענג, ווען אפילו ערוואקסענע ליינען זי אויך.

די אויסגאבע פארמאגט אן אייגענעם וועד החינוך וועלכע קוקן איבער די אויסגאבע יעדע וואך, און צענזורירן וואס זיי שפירן איז נישט גענוג ריין און חינוך'דיג. דער וועד החינוך איז געווען צוזאמגעשטעלט פון די מחנכים רבי אהרן האלבערשטאם (קרייזער רב און מנהל פון ת"ת דרכי חיים אין בארא פארק), ר' חיים הערש מענדעלאוויטש (מגיד שיעור און מחנך אין קרית יואל), ר' דוד אלימלך צאנגער (הויפט מגיה), ר' יהושע חיים רובין, ר' נפתלי משה ווייס און ר' מרדכי שאול אינדיג (מנהל תלמוד תורה ברסלב "היכל הקודש" וויליאמסבורג.)

שרייבער און מעלער רעדאַקטירן

קינדליין איז א אויסנאם אין דער וועלט פון אידישע אויסגאבעס אז די שרייבער און מעלער מוזן זיך באנוצן מיט זייערע עכטע נעמען, און נישט אז די שרייבער באהאלטן זייער ריכטיגע אידענטיטעט אונטערן שלייער פון פענע נעמען, ווי עס איז איינגעפירט אין פילע אויסגאבעס.

פילע ארטיקלען אין קינדליין פלעגן געשריבן ווערן דורך באקאנטע מחנכים, בעלי דרשנים און מלמדים, א שטייגער ווי דער גרינדער ר' מענדל הערש פאנעט און ר' חיים הערש מענדלאוויטש, ישראל אלטער גראווייס און ר' דוד וועבער צווישן אנדערע.

די וועכענטליכע מאלערייען וואס ערשיינען אין קינדליין זענען מערסטנס די ווערק פון ב. האוולין, אברהם זמורה און מאטי העלער צווישן אנדערע. אבער מאלערייען און קאמיקס פון באקאנטע מעלער ווי יואל וואקסבערגער, גדי פאלאק, זקי ירחי און ד. קאטאווסקי, טוען אויך ערשיינען פון צייט צו צייט, ספעציעל אין די וואכן פון ימים טובים און אין די קינדליין ביילאגעס.

ארטיקלען רעדאַקטירן

קינדליין איז א צוזאמשטעל פון פארשידנארטיגע שטענדיגע און צייטווייליגע קאַלומס און רובריקן, די שטענדיגע רובריקן זענען:

  • פון רבי לייבוש'ס טיש: א וועכענטליכע מוסר שמועס געשריבן דורך ר' לייבוש לאנגער.
  • פרשה בילד: א צייכענונג פון די וועכנטליכע פרשה, געשריבן און פארפאסט דורך ר' דוד שפיצער און געמאלן דורך ר' אהרן זאב בערנשטיין, באגלייט מיט מדרשים, ערקלערונגען און מקורות.
  • זיידי דערציילט: אן ארטיקל וואס שילדערט וויאזוי עס האט אויסגעזען די אלטע היים אין אייראפע...
  • קאמיקס אין פארזעצונגען
  • הונטער די קוליסן: באשרייבונגען, שמועסן און אינטערוויוס
  • וועכענטליכע היסטאריע וואס נעמט אריין אידישע, וועלטליכע און אלגעמיינע היסטאריע
  • נפלאות הבורא: וועכענטליכע נאטור פארש ארטיקל איבער בעלי חיים, באגלייט מיט בילדער און וויסנשאפטליכע ערקלערונגען
  • פּעדלעריש: וועכענטליכע געאגראפיע בילדער אויסשטעלונג איבער פארשידענע פלעצער ארום דער וועלט
  • צייל ביז צען: וועכנטליכע וויסענשאפטליכע בילדער אויסשטעלונג איבער 10 וויסנשאפטליכע ידיעות
  • לאמיר באזוכן די וועלט, א רובריק וואס נעמט ליינער אויף א רייזע צו אינטרעסאנטע ערטער אדער לענדער איבער דער וועלט מיט היסטארישע איבערבליק און באשרייבונג
  • האנטארבייט פראיעקט: א וועכענטליכע פראיעקט פאר קינדער צו מאכן אייגענע האנטארבייט
  • פרעג ר' שמחה'לע קאפשטיק: א פראגע-און-ענטפער רובריק וואס ענטפערט פראגעס וואס ליינער שיקן אריין, דורך מרת פ. איינהארן
  • הלכה-ליין: א רובריק אין בילדער וואס שטעלט א הלכה שאלה צו די ליינער, ליינער וואס שיקן אריין די ריכטיגע ענטפער גייען אריין אין א גורל און קענען געווינען א געשאנק
  • איצי פיצי און ציפי: א קורצע קאמיקס געאייגענט פאר אינגע קינדער וואס לערנט אויס גוטע מדות און עטיקעט. געשריבן דורך מרת פרידמאן און געמאלן דורך בת שבע האוולין
  • חידות, רעטעניש קעסטלעך בריוו און בילדער

ביילאגעס רעדאַקטירן

עטליכע מאל א יאר טוט קינדליין אין צוגאב צו די הויפט אויסגאבע אויך ארויסגעבן איינס אדער מערערע ביילאגע, ספעציעל אין די וואכן פון יום טוב. די ביילאגעס פון פסח ווערן גערופן אפיקומן און הגדה של קינדליין[11], סוכות הייסט עס אושפיזין און אונזער סוכה'לע, און די פורים'דיגע ביילאגע רופט מען מגילת קינדליין און נאך[12].

צוריקצואוועגס רעדאַקטירן

ספעציעלער פארש ביילאגע אנגעפירט דורך דער גרינדער הרב פאנעט מיט די מיטארבעט פון די היסטאריקערס ר' אליעזר אבראהאמאוויטש, ר' עמנואל זילבערמאן, ר' יוסף נחמיה קוואדראט און ר' שמעון שלמה זילבער, און נאך באגלייט מיט בילדער פון פאטאגראפיסטן ארום די וועלט און אויך דורך דער פרומער פאטאגראפיסט יאסי גאלדבערגער וועלכע פארן אראפ צו די שטעט און באשרייבן זייערע מעמארן און פארש ארבעט.

געפעכט רעדאַקטירן

אום 7טן פעברואר 2021 האט הרב פאנעט, דער גרידנער און רעדאקטאר פון קינדליין, געמאלדן אז ער טוט רעזעגנירן פון קינדליין. דאס איז געקומען נאך א לענגערן פארצויגענעם קריגעריי מיטן אינוועסטירער דוד ריינער.‏[13]

פאנעט האט פארדעכטיגט און באשולדיגט דעם אינוועסטירער דוד ריינער אין ארויס גנבענען און שווינדלען געלט פון דער פירמע אין לויף פון אסאך יארן, במשך וואס פאנעט און ריינער זענען געווען אין די בוררות האט הרב פאנעט געטענהט אז ריינער שטערט אים צו פירן דעם זשורנאל, דעריבער האט ער באשלאסן צו פארלאזן דעם זשורנאל קינדליין גיין זיין אייגענעם וועג און אנהייבן א נייעם זשורנאל מיטן נאמען "הונדערט".

קינדליין איז דערווייל געלייגט געווארן דורך מרת פאנעט די שותף און פירערין פון קינדליין אויף האלד ביז די קריגעריי וועט ווערן געשליכטעט, אבער דאס האט נישט אנגעהאלטן לאנג און נאך א קורצער צייט האט ריינער פארכאפט די קאמפאני קינדליין נישט לעגאל און אליינס באַשלאָסן צו עפענען דעם זשורנאל און אים פירן אַליין.

ריינער האט צוגעשטעלט אסאך א נידעריגער קוואַליטעט ווי קינדליין איז געווען אין דער צייט פון פּאַנעט, און אין דער זעלבער צייט האט ריינער געפירט גאר א העפטיגן קאמפיין קעגן דעם גרינדער הרב פאנעט און זיין נייעם זשורנאל הונדערט, פירנדיג צו איר אפשפארונג דורך פארשידענע טעראר שטיק און מיט א איינזייטיגע פסק/עיקול פון רב אשר לאנדא פון די אזויגערופענעם "בית דין" בית יוסף פון בארא פארק וואס האט שוין א אלטע היסטאריע פון קארופציע.

ביידע צדדים האבן ארויס געשטעלט בריוון מיט זייער צד פון די געפעכט.‏[14]

די העפטיגע קאמפיין פון ריינער אין די גאסן עס האָט אויך געפירט דערצו אז קינדליין איז געפאלן שטארק אין סעילס צוליב דעם וואס די המון עם האט נישט געוואלט שטיצן אזא אויפפירונג. דערווייל איז קינדליין אין געריכט.

ביכער רעדאַקטירן

קינדליין טוט אויך ארויסגעבן ביכער פון קאמיקס[15] אדער מעשיות[16] וואס ווערן צוערשט געדרוקט אין די וועכענטליכע קינדליין מאגאזין. פאלגנד איז א ליסטע פון ביכער ארויסגעגעבן דורך אדער מיט די הילף פון קינדליין:

בוך שרייבער דרוק יאר פירמע בלעטער ISBN
געציל אדער דזשוכא?[17] דוד גולד 2016 קינדער שפיל 61 ISBN 9781680910742
טראכט גוט[18] גדי פאלאק 2015 קינדער שפיל 59 ISBN 9781680910193
די דריי ברידער אין די זידירים קעניגרייך[19] ב. ש. הבלין 2015 קינדער שפיל 61 ISBN 9781680910186
יחיאל און גיטל מיט די קרייץ ציגלער[20] ב. ש. הבלין 2015 קינדער שפיל 60 ISBN 9781680910179
יחיאל און גיטל אין די ירושלימ'ער מלוכה[21] ב. ש. הבלין 2016 קינדער שפיל 60 ISBN 9781680911343
דאס געשריי אויפ'ן אינזל[22] יעקב לאנדא 2015 קינדער שפיל 56 ISBN 9781680910544
א משל און א נמשל - קינדליין קאמיקס[23] מרדכי שאול אינדיג 2015 קינדער שפיל 61 ISBN 9781680910599
ברענג מיך צוריק - קינדליין קאמיקס[24] א. נייבוים 2016 קינדער שפיל 69 ISBN 9781680910537
צוזאמען העכער די פלאמען[25] פ. איינהארן 2016 קינדער שפיל 86 ISBN 9781680911343
אינטערעסאנטע חיות[26] לייבוש האממער 2016 קינדער שפיל 310 ISBN 9781680911497

פאקטן רעדאַקטירן

קינדליין אויסגאבעס פון נומער 40 און ווייטער (סוכות תשע"ו) פארמאגן דריי דרעטלן; די מיטעלסטע דרעטל האט מען צוגעלייגט ווען די צאל בלעטער פונעם וועכענטליכן מאגאזין זענען ארויף פון 48/40 צו 56/52.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. "קינדליין" - וועכנטליכער אידישער קינדער זשורנאַל אויף ״אידישע וועלט״ פארום
  2. שלמה כהן, ‏קינדליין קומט אין ישראל, אויף JDN וועבזייטל (אויף העברעיש)
  3. ווי נאך קומט די קינדליין אן? אויף אידישע וועלט פארום
  4. קינדען פרייען זיך צו ליינען די קינדליין ביי ישיבה וועלט נייעס
  5. אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין" אויף קאווע שטיבל
  6. אידישע קאמיקס? אויף רוסיש
  7. אברהם זמורה: "משמיים גרמו לי לצייר ספר של סיפורי הבעל שם טוב"
  8. מאלעריי, פון אנהויב ביז דער ענדע (אויף רוסיש)
  9. בת שבע הבלין: אני חיה את דמויות הקומיקס שלי
  10. אינטערוויו מיט די ארגענעזאציע חסד של אמת
  11. מעגא "קינדליין" פסח נומער, רייכע ביילאגעס און סופלעמענטן.
  12. קינדליין, און איר ספעציעלע אפטיילונג "מגילת קינדליין"
  13. https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=6&t=14451
  14. https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=499841&sid=80b175c8552cd092e7da093dc0f0a8f2#p499841
  15. http://www.braunsjudaica.com/brauns/products/Books/Comics/53084.html
  16. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2017-06-04, https://web.archive.org/web/20170604090600/http://www.braunsjudaica.com/brauns/products/Books/Comics/53083.html, דערגרייכט 2016-08-15 
  17. בוך: געציל אדער דזשוכא? אויף גרינפעלד דזשודעיקא
  18. בוך: טראכט גוט אויף עמעזאן
  19. בוך: געציל אדער דזשוכא? אויף גרינפעלד דזשודעיקא
  20. בוך: יחיאל און גיטל מיט די קרייץ ציגלער אויף AbeBooks
  21. בוך:יחיאל און גיטל אין די ירושלימ'ער מלוכה אויף Z. Berman Books
  22. בוך:א משל און א נמשל (ארכיווירט 28.04.2017 ביי דער Wayback Machine) אויף Z. Berman Books
  23. בוך:דאס געשריי אויפ'ן אינזל אויף Z. Berman Books
  24. בוך:ברענג מיך צוריק אויף Brauns Judaica
  25. בוך:צוזאמען העכער די פלאמען אויף Amazon.com
  26. בוך:אינטערעסאנטע חיות אויף Brauns Judaica