א קאנדאם אדער שמעקל־דעקער איז א פלאסטישער זעקל געמאכט פון גומי, וואס איר צוועק איז צו פארמיידן שוואנגערשאפט און געשלעכט-קראנקייט.

באנוץ רעדאַקטירן

דער קאנדאם ווערט ארויפגעצויגן אויפן פעניס, בעת'ן געשלעכט-באציאונגען, און ווען דער זכר קומט צו ארגאזם נעט דער קאנדאם אריין די זרע, און די פרוי האט נישט קיינע נאכווייען פונעם געשלעכט, ווי איבערנעמען געשלעכט-קראנקייט אדער אנהייבן שוואנגערן.

היינט זיינען דא קאנדאמען מיט פארשידענע קאלירן מיט טעמים כדי צו פארגרעסערן די געשמאק ווען די פרוי וועט רורן און שמאטשקען די פעניס.

יידישקייט רעדאַקטירן

לויט דער הלכה איז פארבאטן זיך צו נוצן מיט דעם מיטל חוץ געוויסע מאל ווען מען דארף די זרע פאר מעדיצינישע בהאנדלונגען.