פשעווארסק, וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאָט אין די חסידישע קרייזן, אויף זיין נאמען איז דער הויף וואס רבי משה יצחק געווירצמאן האט אויפגעשטעלט. דער הויף געפֿינט זיך אין אנטווערפן, און אחוץ אנטווערפן וואוינען רוב פשעווארסקער חסידים אין לאנדאן און אין מאנטשעסטער, ענגלאנד און אין מאנסי, ניו יארק.

הערב פשעווריסק

דעם פשעווארסקער רבי'נס בית מדרש, בית יצחק, איז אויף מערקאטאר גאס, אנטווערפן.

צו ראש השנה און שבתים פֿון נסיעות קומט צו פֿארן הונדערטער יידן, אנדערע חסידים אויך, נישט נאר פשעווארסקער, דאווענען מיטן רבי'ן, און מען דינגט א גרויסן זאל כדי עס זאל זײַן גענוג פלאץ פֿארן גאנצן עולם.

דער ערשטער רבי איז געווען הר"ר משה יצחק געווירצמאן, א זון פֿון נפתלי אלימלך, וואס איז געווען א זון פֿון ר' אברהם גארליצער. ר' אברהם איז געווען דעם נועם אלימלך'ס אן אייניקל.

לאקאציע פון שטעטל פשעווארסק אין פוילן

נאך דער חתונה האט זיך רבי משה יצחק באזעצט אין פשעווארסק, גאליציע, דעריבער הייסט ער פשעווארסקער רבי. נאכן חורבן פֿון אייראפע איז ער אריבערגעצויגן קיין פאריז. אין יאר תשט"ז האט ער אויפֿגעשטעלט זײַן הויף אין אנטווערפן. ער איז געווען דער נשיא פֿונ'ם גאליציאנער כולל חיבת ירושלים. אסאך פֿלעגן רופֿן עם „ר' איציקל". זײַנע זון זענען נעבעך אומגעקומען אין די קריג יארן.

נאך זײַן פטירה יום כיפור ה'תשל"ז האבן די חסידים, ובראשם הר"ר אלחנן היילפרין פֿון לאנדאן, מכתיר געווען זײַן איידעם הר"ר יעקב לייזער אלס רבי.

נאך דער פטירה פון רבי יעקב כ"ז חשון ה'תשנ"ט האט ממלא מקום געווען זיין זון רבי לייבוש לייזער.

פשעווארסקער רבי'ס רעדאַקטירן

י"ח אדר תש"ע איז נפטר געווארן די טאכטער פון רבי לייבוש און מרת חנה שלאמצא, מרת שרה בריוו (געב' תשמ"ה), צוויי וואכן נאך ווען זי איז שטארק פארוואונדעט געווארן אין א פארקער צוזאמענשטויס. איר מאן איז ר' ישראל יצחק בריעף, זון פונעם לאנדאנער שוחט ר' משה מאיר בריעף.

די פשעווארסקער רבי'ס רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן