מַפיל זיין אדער טראגן פארלוסט איז ווען אן עובר שטארבט נאטירלעך איידער ער קען לעבן אליין.

די אפטסטע סיבות פון מפיל זיין רעדאַקטירן

ּדי העכסט ווארשיינליכסטע סיבות פון פרעגנענסי פארלוסט בעפאר צען וואכן שוואנגערן זענען כראמאסאם-אומנארמאליטעטן און גענעטישע אומנארמאליטעטן. "כראמאסאם-אומנארמאליטעטן" קען באדייטן אן עקסטרע פאר כראמאסאמען אדער די פארניכטונג פון א טייל פון א כראמאסאם. וויבאלד יעדער כראמאסאם אנטהאלט טויזענטער גענעס וועלן צופיל גענעס אדער צו ווייניג גענעס גורם זיין א דורכפאל אין דער אנטוויקלונג און פארלוסט פון דעם עמבריאן. ס'קענען אויך זיין דעפעקטן פון איינצלנע גענעס, ווען א קריטיש-וויכטיגע גענע, למשל די גענע וואס העלפט שאפן דאס הארץ, איז אומנארמאל, און ביידע עלטערן געבן די אומנארמאלע גענע פארן עמבריאן, און דער עמבריאן ווערט פארלוירן. כאטש אזעלכע דעפעקטן דארפן נאר געשען אין 25% פון טראגן פארלוסטן, זענען דא געוויסע מצבים וואס קענען צוברענגען א גרעסערע ראטע פון פארלוסטן ווי 25%. קומט אויס אז לויט סטאטיסטיק זענען ווייניגסטנס 50% פון כסדר'דיגע מפלונגען צוליב כראמאסאם-אומנארמאליטעטן, און א ווייטערדיגע פראצענט איז צוליב אן איינצלנע גענע־דעפעקט. דער שייכות צווישן די צוויי אויבנדערמאנטע באגריפן איז, אז ס'איז דא א פראבלעם מיטן איי – אדער אין זעלטענע פעלער מיט דער זרע – און נישט מיט דער מאמע אדער טראַכא. ס'זענען דא אנדערע, נישט גענעטישע, ערקלערונגען פאר פריע פארלוסטן, ווי ענדאקרינאלע אדער הארמאנען אומנארמאליטעטן. צווישן אנדערע קען זיין א "לוטיעל פעיז דעפעקט", דאס מיינט, ווען א פרוי פאבריצירט נישט גענוג פראדשעסטעראן אין צווייטן העלפט פון מענסטרועל סייקל און פרי אין שוואנגערן. אן פראגעסטעראן איז די סביבה אין טראכט ענליך צו מענסטרואציע; ּ ס'איז דא אסאך בלוטיגונג און דערנאך ווערט דער עובר פארלוירן. די לוטיעל דעפעקטן קענען טעארעטיש געשען אין סיי וועלכע מענסטרועל סייקל און דערפאר איז זייער שווער פאראויסצוזאגן ווען ס'וועט פאסירן. צוליב די ּ סיבה באהאנדלען די דאקטורים די פרויען מיט כסדר'דיגע פרעגנענסי פארלוסטן מיט פראדשעסטראן.

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן