א פלוין (אדער פליין) איז א שטח פון לאנד וואס איז אין אלגעמיין נידעריג און האט נישט קיין בערג העכער פון 100 מעטער און אויך נישט קיין וועלדער. פלוינען זענען גוט פאר לאנדווירטשאפט, און אפטמאל די ערד אין פלוין איז זייער רייך זו וואקסן פלאנצן.

דער גרעסטער פלוין אין דער וועלט איז אין אנטארקטיקע.

עס מאכט זיך א סך מאל אז דאס לאנד ביים ברעג ים, צווישן די בערג און דעם ים, איז א בארטן פלוין.

א פלוין וואס געפינט זיך לעבן א טייך איז א פארפלייצונג פלוין, וואס ווערט פארפלייצט ווען צו פיל וואסער רינט אדורך דעם טייך.

אין א טאל איז א פלוין ארומגענומען אויף צוויי זייטן, אבער עס קען זיך מאכן אז א פלוין איז ארומגענומען מיט א גאנצן אדער טיילווייזן רינג פון בערגלעך, בערג אדער פעלדז. אמאל האט א געאלאגישער געגנט מער ווי איין פלוין, און זיי זענען פארבונדן מיט א בארג-דורכגאנג.

זעט אויך רעדאַקטירן