דער פאַטלעזשאַן (וויסנשאפטלעכער נאמען: Solanum melongena) איז א טראפישער - אונטער-טראפישער פיל-יעריגער געוויקס (ער ווערט באהאנדלט געווענלך ווי אן איין יעריגע געוויקס) פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי (Solanaceae), ער איז שטארק אנגעזען אין אינדיע, פאקיסטאן או סרי לאנקא. ער וואקסט צווישן פערציג און הונדערט און פופציג צענטימעטער הויך, מיט גרויסע בלעטער פון צען - צוואנציג צענטימעטער לאנג און פינף - צען צענטימעטער ברייט. דער פרוכט איז געווענלך א שיינינדיגע פּערפּעל קאליר וועלכער ווערט געניצט אלס גרינס נאכן קאכן, פרעגלן אדער באקן.

פאַטלעזשאַן

וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
(unranked): Angiosperms
(unranked): Eudicots
(unranked): Asterids
סדר: Solanales
פֿאַמיליע: Solanaceae
מין: Solanum
זגאַל: S. melongena
בינאמינאלישער נאמען
Solanum melongena
.L
פאַטלעזשאַן געוויקס

ברכה רעדאַקטירן

אויף דעם פאַטלעזשאַן מאכט מען די ברכה בורא פרי האדמה, אזוי ווי אויף אנדערע גרינסן.

בדיקת תולעים רעדאַקטירן

אין דעם פאַטלעזשאַן איז געווענליך נישט פאראן קיין אינסעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לױט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער איז פארהאן אנצייגונגן פון לעכער אדער פלעקען דארף מען עס דארט קאנטראלירן.

מצוות התלויות בארץ רעדאַקטירן

דער פאַטלעזשאַן וואקסט אין ארץ ישראל און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

שמיטה רעדאַקטירן

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם פאַטלעזשאַן די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם זיבעטן יאר.

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצען רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון