דער עקוואטאר איז אן אויסגעטראכטע ליניע אויף דער ערד'ס אויבערפלאך האלבוועג צווישן דעם צפון פאלוס און דרום פאלוס וואס צעשייד די ערד אין א צפון האלבקיילעך און א דרום האלבקיילעך. אויך אין אנדערע פלאנעטן רעכנט מען עקוואטארן איפן זעלבן שטייגער.

דער עקוואטאר אויף א מאפע פון דער וועלט.
לענדער וואס רירן אן דעם עקוואטאר (רויט) און דעם הויפט מערידיאן (בלוי)

זעט גארטל ליניע (געאגראפיע) דער עקוואטאר איז ברייט ליניע 0°. דער ערד'ס עקוואטאר איז לאנג 40075 ק"מ.