ענדי ווארהאל (ענגליש: Andy Warhol; ‏ 6טן אויגוסט 1929 - 22סטן פעברואר 1987) איז געווען אן אמעריקאנער קינסטלער.

Andy Warhol (1977)

ביאגראפיע רעדאַקטירן

ווארהאל איז געבוירן געווארן אין פיטסבורג, פענסילוועניע. ער ווערט גערעכנט איינער פון די פיאנערן פון דער אמעריקאנער פאפ ארט באוועגונג.

ווארהאל האט געהערט צו דער פאפ ארט באוועגונג; דער מקור פונעם נאמען איז דעם ווארט popular – פאפולער. די באוועגונג באשעפטיקט זיך מיט דעם בונד צווישן קונסט און פאפולערן קולטור.

ווארהאל האט אין אנהייב געניצט אויל פארבן צו מאלען רעקלאמעס.