עמרם בלוי

ר' עמרם בלוי ( 1900 — 1974) דער גרינדער פון די נטורי קרתא, איז א ירושלימער איד וואס האט געקעמפט טאג און נאכט קעגן חילול שבת אין ירושלים און אלע פריי

ר' עמרם בלוי ( 19001974) דער גרינדער פון די נטורי קרתא, איז א ירושלימער איד וואס האט געקעמפט טאג און נאכט קעגן חילול שבת אין ירושלים און אלע פרייע פרצות וואס האט זיך דארט אפגעטאן.

עמרם בלוי
געבורט 1894
ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 5 יולי 1974 (אלט 80 בערך)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

בלוי איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב שלמה יצחק און אסתר שיינא (שיינדל), א טאכטער פון הרב ישעיהו ארנשטיין, א פינפטער דור אין ירושלים צו א משפחה וואס איז ארויפגעקומען אין ארץ-ישראל סוף דעם 18טן יארהונדערט.

זיין ברודער איז געווען דער אגודת ישראל עסקן אין ארץ ישראל ר' משה בלוי.

ער האט חתונה געהאט מיט הינדא וועבער און זיי האבן געהאט צען קינדער

ער האט סוף יארן חתונה געהאט בזיווג שני מיט א גיורת מיטן נאמען רות בן-דוד און זיינע קינדער זיינען געלאפן צו רבנים זיי זאלן ביי אים פועלן, נישט חתונה האבן מיט איר, אבער ער האט מגלה געווען פאר רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר זיין טעם, און רבנים האבן אים פארשטאנען, אבער די חברי הביד"ץ העדה החרדית האבן אים אריינגעלייגט אין חרם דערפאר.

נאך וואס ער האט חתונה געהאט מיט דער גיורת האט ער געמוזט אפלאזן זיין געבוירן-שטאט ירושלים און איז געגאנגען וווינען אין בני ברק. שפעטער האבן זיי צוריקגעצויגן קיין ירושלים.

אין תשל"ד איז ער נפטר געווארן און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות.

זיין קנאות רעדאַקטירן

ער פלעגט אלע מאל רעדן בראש המערכות צי איז דאס געווען אקעגן גיוס בנות, אדער די שווים באסיין, די נאכט לאקאל, וואס די פרייע האבן געוואלט בויען אין מאה שערים, אדער חילול שבת.

מ'האט אים פיל מאל ארעסטירט אין תפיסה צוליב זיינע אגיטאציעס אבער דאס האט אים נישט אפגעשוואכט פון זיינע מערכות אדרבה דאס האט אים געגעבן חיזוק אנצוגיין אויף ווייטער.

אין תפיסה זענען אים געקומען באזוכן גדולי ישראל אי מחזק זיין און ווייזען סימפאטישקייט פאר זיינע מערכות ובתוכם דער חזון איש. ווען מען האט אים געברענגט אין געריכט האט ער אויסגעשריגן איני מכיר אין דעם געריכט, און עס האט נישט געהאלפן.