עמנואל
מדינה / טעריטאָריע

 ‑ אין שטעטל

3,906‏

עמנואל איז שטעטל, אין די מערב ברעג, א ישראלדיקע געגנט, וואס ווערט געפירט דורך א לאקאלע ראט. אויפגעשטעלט אין יאר 1983, און דערקלערט אלס לאקאלע ראט אין 1985. לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין עמנואל 2,900 איינוווינער.

עס געפונט זיך צפון פון אריאל, און מזרח פון די התנחלות, קרני שומרון. די שטעטל באשטייט פון פֿרומע פאמיליעס.

די שטעטל איז געבויט געווארן, גוט צוגעשטעלט פארן רעליגיעזן ציבור, וואס האט מערערע קינדער. ווי אויך פארקן, אינדוסטריעלע זאנעס אלעס באזונדער, ווי דער שטייגער אין ישראל דורכאויס די 1980 יארן, ספעציעל איז געלייגט געווארן א דגוש, אויפן טאפאגראפיע, ווי די בערג און שטח ארום דעם יישוב, מאכן דעם געגנט זייער אסטעטיש שיין.

פון אנהייב אן האט די שטעטל געהאט פראבלעמען, ביי די צווייטער אינטיפאדע, איז פארגעקומען דארט א שוידערליכע טעראר אטאקע, אין וואס מערערע זענען אומגעקומען. די שטעטל פלאגט זיך שוין פון אנהייב, מיט מענטשן וואס פארלאזן דעם פלאץ.

דורכאויס די לעצטע תקופה איז עמנואל אויף די נייעס, ווען די בית יעקב שולע האט זיך אנטזאגט צוזאמשטעלן די אשכנזישע מיידלעך, מיט די ספרדישע מיידלעך אין די זעלבע קלאסן. אן ארגאניזאציע איז געגאנגען אין געריכט, און די ריכטער, האט באשולדיקט די אנפירער פון מוסד אלס ראסיסטן.