עמוקה איז א יישוב אין צפון דיסטריקט אין ישראל. לויט אן אלטער מסורת, ליגט יונתן בן עוזיאל אין עמוקה. עס איז א-מנהג צו גיין צו זיין קבֿר אין אנהייב חדשים, אין מיטן חודש, ווי אויך כ"ו חודש סיון (די יאָרצייט), אָבער מען קען דאָרטן געפינען פילע מענטשן אַלע יאָר ארום. עס איז אַ מנהג וואָס אנגעהויבן אין די 17 יאָרהונדערט. אויף זײן קבֿר בעט מען גאָט, ער זאָל געבן אַ גוטע שידוך, קינדער, אַ גוטע פרנסה, נחת פֿון די קינדער, אַ גוטא געזונט, א.א.וו.

דער קבר פון יונתן בן עוזיאל אין עמוקה