עלים לתרופה איז א ברסלבער ספר. דער ספר איז א זאמלונג פון בריוון וואס רבי נתן מברסלב ז"ל האט געשריבן פאר זיין זון ר יצחק און פאר זיינע תלמידים און באקאנטע.

עס אנטהאלט נאנט צו פינף הונדערט בריוון.

פון א היסטארישער שטאנדפונקט קען מען לערנען פון די בריוו זייער א סאך וואס עס האט זיך אפגעטון אין זיינע צייט אין דער געגענט פון אוקריינא, טשערנאבל, ברסלב, אומאן, טשעהרין, קרימינטשאק, בארדיטשוב, אדעס, לעמבערג, און נאך.