ספא איז א טערמין וואס שטאמט פון איינע פון די באקאנטע שטעט וואס מען איז אהין געפארן אויף אפרו און דער ארטיקער שוויצבאד אין בעלגיע, דעריבער הייסן היינט צוטאג יעדער באהאנדעלונג פלאץ וואס גיבט זיך אפצו מאכן שיין באקוועם און געזונט די קערפער דורך הייסע מינעראלן וואסער א ספא.

א מאנומענט אין רעזארט שטעטל ספא וואס אלע ספאס הייסן נאך דעם.

מייסטנס פרויען באניצן זיך דערמיט פאר שיינקייט וואס זיי באשמירן זיך מיט די אלע געזונטע שמיראכצער, קראכן זייער פימפלעך און שמוץ פינטלעך אריינגעגען אין די הויט, און קאלירן דארטן זייער נעגל און וואשן זייער האר. אבער מענער פון די גאר רייכע באניצן זיך אויך דערמיט ווייל זיי געבן זיך אויך אפ מיט שיינקייט.