סטיוון יוניווערס (ענגליש: Steven Universe) איז א טעלעוויזיע סעריע אויף קארטון נעצווערק. זי איז טראנסמיטירט געווען צום ערשטן מאל אין 2013, און איז געשאפן געווארן דורך רעבעקא שוגער. די סעריע פאסירט אין דעם פיקטיוון שטאָט ביטש סיטי (Beach City, "פלאזשע שטאָט") אויף דער האלב-אינזל דעלמארווא. זי איז וועגן א מאגישער יינגל מיטן נאמען סטיוון יוניווערס, וואס לעבט מיט אנדערע מאגישע באשעפענישן וואס הייסן "דזשעמס". אין א סאך עפיזאדן לערנט סטיוון ווי צו נוצן זיינע מעגלעכקייטן אדער קאמפן קעגן מאנסטערן.

סטיוון יוניווערס
Steven Universe
אפיציעלע וועבזייטל