לאנדאן און סאוט איסטערן באן פירמע, מיט האנדל נאמען  סאַדאיסטערן, איז א באן אפערירן פירמע אין דרום-מזרח ענגלאנד. זייט דעם 1טן אפריל 2006 פירט די פירמע די באנען אויף רוטעס קיין דרום־מזרח לאנדאן, קענט, און טיילן פון מזרח סאסעקס, ווי אויך אויף דער היי ספיד 1 ליניע.

רוטע מאפע

איבערבליק רעדאַקטירן

סאדאיסטערן באדינט די לאנדאנער הויפט סטאנציעס טשארינג קראס, וויקטאריע, בלעקפרייערס, קאנאן סטריט, לאנדאן ברידזש, וואטערלו מזרח און סט פאנקראס. די סאדאיסטערן נעטווערק האט 178 סטאנציעס. אומגעפער 70% פון די באנען פארן פון אדער קיין לאנדאן.‏[1]

סאדאיסטערן געהערט צו גאווייע וואס אפערירט אויך די סאדערן קאנצעסיע..

דער פארוואלטן דירעקטאר איז דייוויד סטאטאם.


רעפערענצן רעדאַקטירן