נפתלי הירץ וויזעל (דײַטש: Hartwig Wessely) (ה' טבת ה'תפ"ואור לא' אדר ב' ה'תקס"ה), באקאנט מיט זיינע ראשי תיבות נה"ו, איז געווען פון די גרויסע משכילים.

נפתלי הירץ וויזעל

אסאך פון די ערשטע משכילים זענען זיינע תלמידים, צווישן זיינע תלמידים זענען חייקיל הורוויץ און זיינע צוויי איידעמער הירש בער הורוויץ און משה לאנדא. דער משה לאנדא איז געווען א זון פון ר' שמואל לאנדא, אן אייניקל פון ר' יחזקאל לאנדא דער "נודע ביהודה". ער האט געמאכט א ספר יין לבנון אויף מסכת אבות, עס האט א הסכמה פונעם נודע ביהודה.

אזוי ווי אלע גרויסע משכילים אין זיינער צייט האבן זיי זייער גע'רודפ'ט און גע'חוזק'ט פון חסידים, זיי האבן געוואוינט אין אומאן, און ווען ר' לוי יצחק בערדיטשעווער האט אמאל געוואלט ווערן רב אין דער שטאט, האבן זיי אים נישט געלאזט.

ווייזעל האט געוואלט אריינברענגען זיינע רעיונות און זיינע שטעלונגען ביי אידן, אבער וויסנדיג אז עס וועט זיין קאנטערוועסעיל, האט ער מחליט געווען ער וועט שרייבן א ספר וואס וועט הייסן יין לבנון, ער וועט בעטן דערויף א הסכמה פון א גדול הדור, אינעם ספר וועט ער שרייבן זאכן וואס יעדער איז מסכים דערצו, שפעטער וועט ער עס דרוקן מיט אן אנדער ספר וואס וועט הייסן יין הלבנון, און דארט וועט ער שרייבן אלעס וואס ער וויל, און די וועלט וועט אהנענמען אז דער גדול הדור האט דערויף אויך מסכים געווען. אזוי האט ער געשריבן דעם ספר יין לבנון אויף אבות, ער האט עס געטראגן פארן נודע ביהודה, און ער האט איהם געשריבן א הסכמה, שפעטער ווען דער נודע ביהודה איז געוואויר געווארן אז ער איז א משכיל, האט ער צוריק געבעטן זיין הסכמה, אבער נפתלי הירץ האט איהם נישט געוואלט צוריק געבען. למעשה האט מען געדרוקט דעם ספר יין לבנון אויף אבות מיט א הסכמה פונעם נודע ביהודה, אהנעם ספר יין הלבנון.

דער ספר יין הלבנון איז נישט דא, ביי די ברסלבער חסידים ווערט פארציילט אז ר' נחמן מברסלב האט באקריגן דעם ספר ווען עס איז געווען אין כתב יד פון זיינע תלמידים, און האט עס פארברענט.