רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל (ד' טבת ה'תר"הי"ח תשרי ה'תרע"ו). רב אין מעליץ.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי נפתלי איז געבוירן ד' טבת ה'תר"ה, צו זיין פאטער הרב יהודה הורוויץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב חיים מאיר יחיאל, דער ״שרף״ פון מאגלניצא (אן איידעם פון הרב אלעזר פון ליזשענסק, א זון פון נועם אלימלך), א זון פון הרב אבי עזרא זעליג פון גרעניץ און אן איידעם פונעם קאזשניצער מגיד.

זיינע רבי'ס רעדאַקטירן

הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים, דער גוטער יוד פון ניישטאט, רבי נפתלי האט געגעסען קעסט ביים זיידען הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו צוזאמען מיט הרב צבי אלימלך שפירא פון בלאזשאוו.

רבנות רעדאַקטירן

אין יאר ה'תרל"ט איז רבי נפתלי געווארן רב אין מעליץ אויף דעם פאטער'ס ארט, ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפען קיין וויען.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי נפתלי איז נפטר געווארן אין וויען י"ח תשרי ה'תרע"ו, מען האט אים געפירט צו קבר אבות, קיין מעליץ.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי נפתלי האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון צאנזער רב דער דברי חיים. זייער טאכטער:

בזיווג שני האט רבי נפתלי געהייראט מרת רעכיל א טאכטער פון הרב אביש קאנער פון סאניק. זייערע קינדער:

  • הרב אלעזר הורוויץ הי"ד (ה'תרמ"ב (אומגעפער) - ה'תש"ג), רב אין בארווע. ער האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב משה קאנער, פון סאנוק. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת יוטא א טאכטער פון הרב גרשון וויינשטאק פון קיטוב. זיינע קינדער:
  • הרב דוד הורוויץ.
  • מרת חיה הינדא הי"ד, די ווייב פון הרב משה אליעזר הורוויץ הי"ד, רב אין רימאנאוו
  • מרת תרצה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב בן-ציון האלבערשטאם רב אין באבוב, איבער דעם גט איז פראגעקומען גרויסע קריגערייען צווישן די הייפען פון באבוב אין מעליץ.
  • מרת ברכה, די ווייב פון הרב דוד טייטלבוים פון פרעמיסלא
  • מרת סאשא, די ווייב פון הרב יוסף דוד רובין פון סאסוב

זיינע ספרים רעדאַקטירן

  • קדושת נפתלי על התורה

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר