נחשון זון פון עמינדב איז געווען דער נשיא פון שבט יהודה אין דער צייט וען די יידן זענען געווען אין דער מדבר (שמות ו'). ווען די יידן זענען געקומען צום ים סוף ביים ארויסגיין פון מצרים, איז ער געווען דער ערשטער וואס האט אריינגעשפרינגען אין ים, דערנאך האט זיך געשפאלטן דער ים און אלע יידן זענען אדורך.[1]

נחשון בן עמינדב
טויט 1312 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

נחשון האט געהאט א זון שַלמה, פון וועמען עס איז ארויסגעקומען דוד המלך.[2] נחשון'ס שוועסטער אלישבע איז געווען די ווייב פון אהרן הכהן.

רעפערענצן רעדאַקטירן