נהרדעא איז געווען אַ שטאָט אין בבל וואָס איז געווען אַ חשובער אידישער צענטער אין די צײַטן פון דעם צווייטן בית המקדש, די תנאים און אמוראים. בײַ דער שטאָט האָט געפלאָסן דער טײַך „נהר מלכא” – אַ וואַסער קאַנאַל וואָס האָט פאַרבונדן דעם נהר פרת מיטן חידקל, דער דאָזיקער טײַך האָט געשאַפן דער שטאָט אַ געוויסע עקאָנאָמישע מעלה.

לויט דער מסורה, האָבן זיך אידן באַזעצט אין נהרדעא נאָך פאַר דעם חורבן בית ראשון, ווען יכניה איז פאַרטריבן געוואָרן אין בבל. יכניה און זײַנע לײַט האָבן מיט זיך מיטגעבראַכט זאַמד און שטיינער פון ירושלים, און אין נהרדעא אויפגעשטעלט אַ שול וואָס האָט זיך גערופן „די שף ויתיב שול”. די שול איז געשטאַנען העכער טויזנט פינף הונדערט יאָר, אויך נאָכדעם וואָס פפא בר נצר האָט די שטאָט חרוב געמאַכט. דער באַוואוסטער אמורא אביי פלעגט דאָרט דאַווענען אָפט.

יוסף בן מתתיהו דערציילט אַז אין בבל זײַנען געווען צוויי צענטראַלע קהילות: איינער אין נהרדעא אין דרום און דער צווייטער אין נציבין וואָס אין צפון.

אין בבל איז דאָ אַ שטאָט נהרדעא מיט זייער אַ גרויסער באַפעלקערונג, און אויסער אַלע אַנדערע מעלות פון דעם אָרט, איז זײַן ערד זייער פרוכבאַר, און ער איז זיכער פון פײַנטליכע אָנפאַלענישן ווײַל אַרום עם פליסט דער טײַך פרת, און ער איז אַרומגעמויערט. פאַרזיכערט אין דער שטאָט, האָבן די אידן דאָרט דערוואָרבן זייער אוצר פון אַלע שקלים וואָס מ'האָט צונויפגעזאַמלט פאַר דעם אייבערשטנס הויז אין ירושלים, און זיי האָבן באַשטימט נהדרדעא אַלס זייער בית־האוצר אין בבל. צו דער באַשטימטער צײַט, האָט מען געשיקט די געלט אין ירושלים אונטער אַ וואַך פון הונדערטע מענטשן אויף צו זיי היטן פון די פרת רויבער
-- קדמוניות היהודים י"ח, ט' 1

פון נהרדעא זײַנען געקומען די צוויי אידישע ברידער חסינאי און חנילאי, וואָס האָבן געבונטעוועט אַקעגן דער פּערסישער אימפּעריע און האָבן דאָרט אויפגעשטעלט אַ אידישע מלוכה.