מרדכי סאוויצקי

רב פון באסטאן

הרב מרדכי סאוויצקי (תרע"א, 1911כ"ז סיון תשנ"א, 1991) איז געווען א חרדישער ליטווישער רב און אב בית דין אין באסטאן, מאסאטשוסעטס, דורך 45 יאר.

מרדכי סאוויצקי
געבורט 9 יוני 1911
תרע"א
לידא, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 יוני 1991 (אלט 80)
כ"ז סיון תשנ"א רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין לידא, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס), דער זון פון יוסף סאוויצקי. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט ביי הרב יעקב ניימאן וואס האט געפירט די ישיבה אין לידא., ונודע כ״העילוי מלידא״. דערנאך איז ער אריבער לערנען אין דער ראדינער ישיבה ביי הרב נפתלי טראפ, וואו ער איז געווען באקאנט ווי דער ״לידער עילוי״. ער האט באקומען היתר הוראה פון די גרעסטע רבנים אין ליטא, איבערהויפט הרב חיים עוזר גראדזענסקי און הרב חנוך אייגעש, מיט וועמען ער איז געווען אין א נאענטן קשר.

ווען איז געווען אלט אכצן יאר האט ארויסגעגעבן זיין ערשטן  ספר "ביכורי מרדכי" אויף ירושלמי. אין יענער תקופה האט ער געהאלטן א לאנגן קארעספאנדענץ מיטן ראגאטשאווער אין פארשידענע סוגיות און הלכה׳דיגע ענינים. שפעטער האט ער פארעפנטלעכט די בריוו אין זיין ספר "נר אברהם".

ער האט געהייראט בתיה, טאכטער פון הרב אליעזר פופקא, וואס איז געווען אב"ד אין וועליזש, רוסלאנד און שפעטער רב אין פילאדלפיע, און פעשא חיה, טאכטער פון הרב יעקב משה ספיר (שפעטנער).

אין תרצ"ט (1939) האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן און ער האט זיך באזעצט אין באסטאן. אין יאר תש"ה (1945) האט מען אים באשטימט אב בית דין אין באסטאן און ער האט געדינט אין דעם אמט ביז זיינע סוף יארן. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם אגודת הרבנים פון די פאראייניגטע שטאטן און א מיטגליד פון דער נשיאות פון דעם פארבאנד פון ראדינער תלמידים.

ער איז נפטר געווארן אין תשמ״א1981; אין זיין צוואה האט ער געהייסן מען זאל אים נישט מספיד זיין. מען האט אים געפירט אין ארץ ישראל און קובר געווען אין הר הזיתים אין ירושלים.‏[1]

זיין עלטסטער זון הרב יוסף איז ראש ישיבה פון ישיבת תורה ודעת אין ניו יורק. זיין זון הרב משה איז רב פון דער ״בית מרדכי״ שול אין פלעטבוש, ברוקלין. זיין זון הרב העניך איז רב פון דער מחזיקי הדת דאנשי קלימאנטאוו אין קווינס, ניו יארק. זיין איידעם הרב שמואל אייראנס איז דער ראש הכולל אין דעטרויט.

רעפערענצן רעדאַקטירן