מסכת מעשרות איז די זיבטע מסכתא פון סדר זרעים אין משניות. די מסכתא רעכנטן אויס ווען ס'הייבט זיך אן ביי פארשידענע מינים דער חיוב צו מעשר'ן די פירות. אויך פון ווען אן הייסט שוין א קביעות און מען טאר מער נישט עסן די יפירות פראוויזאריש אן צו דארפן מעשר'ן.

די מסכתא רעדט בעיקר וועגן מעשר ראשון, ד"ה די צען פראצענט פון דער תבואה וואס מען שיידט אפ (נאכן אפשיידן די תרומה) און וואס מען גיט צו א לוי.

נעמען פון די פרקים (קאפיטלאך) אין דער מסכתא רעדאַקטירן

  1. כלל אמרו
  2. היה עובר
  3. המעביר
  4. הכובש
  5. העוקר

ס'איז דא אויף דער מסכתא גמרא ירושלמי, אבער נישט בבלי.


נעמען פון די קאפיטלעך אין דער תוספתא רעדאַקטירן

אין דער תוספתא פון דער מסכתא זענען דא דריי פרקים:

  1. גרנן למעשרות
  2. החמרין
  3. המהבב