מנחם דאווידאוויטש

סופר אין ירושלים

הרב מנחם דאַווידאויטש (ד' אדר ה'תרפ"ח, 25סטן פעברואר 1928 - כ"ג סיון ה'תשע"ז, 17טן יוני 2017) איז געווען א סופר סת"ם א מומחה וואס האט אויסגעלערט דורות פון סופרים. מען האט אים גערופן 'דער רבי פון די סופרים'.‏[1]. אין דער עדה החרדית איז ער גערעכנט געווארן דער אויטאריטעט אינעם געביט פון ספרות. דעם "תיקון קוראים" וואס ער האט ארויסגעגעבן איז געווארן דער פראטאטיפ פון רוב היינטיקע ספרי תורה.

מנחם דאווידאוויטש
קיין פריי בילד
געבורט 25 פעברואר 1928 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 יוני 2017 (אלט 89) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין מינכןדייטשלאנד צו זיינע עלטערן דוד און הענדל. ווען ער איז געווען אלט צען יאר איז ער ארויף מיט זיינע עלטערן אין ארץ ישראל, און זיי האבן זיך באזעצט אין פרדס חנה. דערנאך זענען זיי אריבער קיין ירושלים, וואו ער האט געלערנט ביי זיין רבי׳ן  הרב יוסף צבי דושינסקיא. אין זיין יוגנט איז ער אויך געווארן נאענט צו  הרב אהרן ראטה, דער שומרי אמונים רבי, וואס האט אים מקרב געווען און איז געווארן זיין רבי מובהק. נאך זיין פטירה איז ער געווארן א חסיד פון זיין איידעם רבי אברהם יצחק קאהן, מחבר פון 'דברי אמונה' און גרינדער פונעם תולדות אהרן חסידות. נאך זיין פטירה איז ער אריבער צום תולדות אברהם יצחק רבי פון זיין בכור, רבי שמואל יעקב קאהן.

נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין ירושלים, און ער האט אנגעהויבן עוסק זיין אין ספרות. ער איז גערעכנט געווארן דער גרעסטער מומחה אין ספרות. דורכאויס פופציק יאר האט ער געדינט ווי דער סופר פונעם עדה החרדית בית דין. הרב יצחק יעקב ווייסגאב"ד פון דער עדה החרדית, האט פארלאזט אויף אים אין ענינים פון ספרות. ער האט געשריבן 26 ספרי תורה, כולל די ספר תורה פון זיין רבי׳ן, דער תולדות אהרן רבי. אויך איז ער געווען דעם רבי׳נס בעל קורא.

ער איז נפטר געווארן, אלט 89, שבת שלח לך, כ"ג סיון ה'תשע"ז. זיין לויה איז פארגעקומען מוצאי שבת, און מען האט אים באערדיגט אין הר הזיתים.‏[2]

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
זיין ספר ״מנחת הסופר״

רעפערענצן רעדאַקטירן