מיני מויז

אַ מאָלערײַ פֿון מיני מויז
ערשטער אויפֿטרעט "עראָפּלאַן באַנעמעניש" (1928)
שאַפֿערס וואלט דיזני
אב אייווערקס
שטימע אקטיארן וואלט דיזני (1928)
מאַרסעלייט גאַרנער (1928 - 1940)
טעלמאַ באָרדמאַן (1940 - 1942)
רוט קליפֿאָרד (1942 - 1952)
ראַסי טיילאָר (1986 - 2019)
אינפארמאציע
פולער נאמען מינערוואַ מויז
זגאַל מויז
פריינט מיקי מויז (בעסטער פריינד)
דייזי דאק
דאנאלד דאק
גופֿי
פּלוטאָ
קלאַראַבעל קו
שונאים שוואַרצער פּיט

מיני מויז אדער מיני מאַוס (ענגליש: Minnie Mouse) איז אַ קאַרטון כאראקטער. מיני איז די חברטע פֿון מיקי מויז. די ביידע זענען געשאַפֿן געווארן דורך וואָלט דיזני. זי איז געבוירן געווארן דעם 18טן נאוועמבער 1928, און האט ערשטנס באַווייזט זיך אין דעם קורצן פֿילם "עראָפּלאַן באַנעמעניש" (1928).

גלעטלינגען רעדאַקטירן

מיני מויז האט צוויי גלעטלינגען, אַ הונטין און אַ קאָטער. די הונטינ'ס נאָמען איז פֿיפֿי. פֿיפֿי האט פֿינף הינטעלעך פֿון מיקי'ס הונט פּלוטאָ. פּלוטאָ איז געווען מיקי'ס ערשטע הונט, און דאַמאָלסט איז זיין נאָמען געווען ראָווער (Rover). מיני האט אויך אַ קאָטער מיטן נאָמען פֿיאַגראָ, דער זעלבער קאָטער פֿונעם דיזני פֿילם "פּינאָקיאָ". לעצטנס האט זי אַדאָפּטירט צוויי נייע גלעטלינגען, אַ יאַשטשעריצע און אַ שלאַנג מיט די נעמען לאָלי און פּאָפּ.

חתונה מיט מיקי רעדאַקטירן

אין אַן אינטערוויו מיט וואָלט דיזני אין 1933 האט ער געזאגט אַז מיקי און מיני זענען פֿאַרהייראַט אין פּריוואַטן. אויך האט ער געזאגט אַז אַ סאַך מענטשן האבן דאס געפֿרעגן פֿון אים. זיי זענען פֿאַרהייראַט אין אַ טייל פֿילמען, און קאַװאַלירן אין אַנדערע.