מוקצה איז אן איסור מדרבנן צו רוקן געוויסע חפצים פון איין פלאץ צום צווייטן אום שבת אדער אום יום טוב.

טעמים פון מוקצה רעדאַקטירן

לויטן רמב"ם [1] איז דער טעם פון מוקצה וועגן:

  • פונקט ווי מען לערנט ארויס פון פסוק "אם תשיב משבת רגלך וגו'" אז מען טאר נישט גיין שבת אזוי ווי אינדערוואכן, איז א קל וחומר אז שבת טאר מען נישט מטלטל זיין אזוי ווי אינדערוואכן.
  • אז מען זאל נישט זיין פארנומען אוועקצולייגן די מוקצה זאכן, ווען נישט האבן קיין צייט רוען.
  • אויב מען וועט מטלטל זיין א כלי שמלאכתו לאיסור, האב איך מורא אז ער וועט זיך פארגעסן און נכשל ווערן צו טאן אן ארבעט וואס מען טאר נישט.
  • די מענטשן וואס ארבעטן נישט א גאנצע וואך, דארפן אויך דערקענען אז ס'איז שבת, מיט דעם וואס מען איז נישט מטלטל מוקצה איז דא א חילוק צווישן שבת אין וואכן.

דער ראב"ד האלט דעם טעם מען זאל נישט ארויסטראגן פון רשות היחיד צו א רשות הרבים.

סארטן מוקצה רעדאַקטירן

  • מוקצה מחמת גופו - איז א זאך וואס האט נישט קיין נוצן פאר גארנישט, (למשל א שטיין).
  • בסיס לדבר האסור - איז א מותר'דיגע זאך וואס אן איסור ליגט אויף דעם.
  • כלי שמלאכתו לאיסור - איז א כלי וואס מען נוצט פאר זאכן וואס איז אסור צו טאן שבת, (למשל א האמער, מען טאר נישט אריינהאקן א נאגל).
  • מוקצה מחמת חסרון כיס - א טייערע כלי וואס מען היט דאס נישט צו נוצן נאר פאר די זאך וואס מען דארף עס (למשל א פאספארט.
  • מוקצה לצורך מצווה - א זאך וואס איז באשטימט פאר א מצוה (למשל א אתרוג אום סוכות).
  • מוקצה מחמת מיאוס - א זאך וואס מענטשן עקלען זיך דערפון.
  • מקצה מדעתו - א זאך וואס דער מענטש נוצט נישט, נאר האט עס געקויפט פאר אינוועסמענט למשל א ציג אויף צו מעלקן. [2]
  • נולד - א זאך וואס איז געווארן באשאפן אום שבת, (למשל א פרי וואס איז אראפגעפאלן פון בוים, אדער א איי וואס איז געבוירן געווארן, אדער דער באנוץ דערפון האט זיך געטוישט אום שבת, (למשל א כלי האט זיך צובראכן און מען קען עס יעצט נאר נוצן צו הייצן).

מקורות רעדאַקטירן

  1. יד החזקה הלכות שבת פרק כד הלכה יב
  2. פמ"ג פתיחה להלכות יו"ט.