מאַנגאַן (Manganese) איז אַ כעמישער עלעמענט מיט כעמישן סימבאָל Mn און אטאם נומער 25. מאנגאן איז א איבערגאנג מעטאל מיט וויכטיגע אינדוסטריעלע באניצן אלס א געשמעלץ מעטאל. מען ניצט מאנגאן דיאקסיד פארן קאטאד אין באטעריעס.

זילבערן־מעטאַלישער מאנגאן

פארשידענע ניצן פון מאנגאן:

  • מען גיט אריין מאנגאן אין בענזין צו שיצן דעם מאטאר.
  • מאנגאן ווערט אויך געניצט צו פארבן גלאז—דאס האבן שוין די רוימער און די עגיפטישע געוואוסט.
  • קאליום פערמאנגאנאט (KMnO4) ווערט אפט געניצט אין ארגאנישער כעמיע.