מאיר שמחה הכהן

ליטווישער רב

הרב מאיר שמחה הכהן פון דענענבורג (ה'תר"ג, 1843ד' אלול ה'תרפ"ו, 14טן אויגוסט 1926) איז געווען איינער פון די פירנדיקע רבנים פון מזרח אייראפע אין דעם פאַר-חורבן דור. זײַנע עיקר ספרים זייַנען "אור שמח" אויף רמב"ם און "משך חכמה", חידושים אויף תורה וואס מען האט פֿארעפֿנטלעכט נאך זיין פטירה.

מאיר שמחה הכהן
געבורט 1843
ה'תר"ג
בוטרימאנץ, ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 14 אויגוסט 1926 (אלט 83 בערך)
ד' אלול ה'תרפ"ו
ריגע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, לעטלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט דענענבורג
באלאנג ליטוואקעס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט בוטרימאנץ, ווילנער געגנט, ליטא, צו רב שמשון קלונימוס הכהן און זיין ווייב אסנת. שוין יונגערהייט איז ער געווען אויסגעצייכנט ווי א גאון. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ביאליסטאק ביי זיין שווער. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און האט געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט׳ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף מסכת בכורות.‏[1] די אור שמח ישיבה אין ארזי הבירה, ירושלים, ווערט גערופן אויף זיין נאמען.




רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. דוד הלחמי, חכמי ישראל, תל אביב, תשי"ח, עמ' שע"ט.