רבי מאיר מרגליות (אדער מרגלית; ~ה'תס"ז (בערך) - י' אייר ה'תק"נ, 1790) איז געווען פון די ערשטע רבנים פון דער חסידישער באוועגונג און דער רב פון אסטראה, א תלמיד פון בעל שם טוב, באקאנט מיטן נאמען פון זיין ספר דער "מאיר נתיבים".

מאיר מרגליות
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1790
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

רבי מאיר איז געבוירן צו זיין טאטן רבי צבי הירש מרגליות, דער רב פון יאזלאוויץ. זיין עלטערער ברודער, רבי יצחק דוב, איז געווען פון די תלמידים פונעם בעל שם טוב און דורך זיין איינפלוס איז ער אנגעקומען צו חסידות.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי חיים האראדענקער, דער ברודער פון רבי משה קיטובער, און דער שוואגער פון רבי נחמן פון האראדענקע. בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון זיין פעטער רבי אריה לייב אויערבאך, דער רב פון סטאניסלאוו, דער מחבר פון ספר נחלת אריה. זי איז געווען די אלמנה פון רבי משולם זלמן אשכנזי פון פאמאריאני. ער האט אויפגעצויגן איר זון פון איר ערשטן זיווג, רבי משולם זלמן אשכנזי (דער צווייטער), וועלכער איז שפעטער געווען רב אין לובלין.

ער האט געדינט אלס דיין אין בראד, און שפעטער אלס דער רב פון האראדענקע, און דערנאך אלס רב פון יאזלאוויץ.

אין יאר ה'תקי"ד איז ער אויסדערוועלט געווארן צו דינען אלס רב פון לעמבערג און איבער דער גאנצער באצירק. א שטיק צייט האט ער געדינט אלס רב אין קאמארנע.

אין יאר ה'תקל"ה איז ער אויפגענומען געווארן דורך א מלוכה'שן באפעל פונעם פוילישן קעניג סטאניסלאוו פאניאטאווסקי אלס רב אין ברסלב און "גאנץ אוקריינע" (נישט די היינטיגע אוקריינע, נאר א וויוואדאשיפ אין דער פוילישער מלוכה). אין זומער פון יאר ה'תקל"ז איז ער דורך א באפעל פונעם פירשט און דיפלאמאט סטאניסלאוו מעלעכאווסקי (ענ') אויפגענומען געווארן אלס רב פון אוסטראה אין דער געגנט ארום.

זיין משפחה רעדאַקטירן

ברידער רעדאַקטירן

  • רבי משה אברהם אבוש, געדינט אלס רב אין האראדענקע און האזאבנע, פארפאסער פון ספר צילותא דאברהם אויף ש"ס, אויך באקאנט אלס חדושי מהרמ"א.
  • רבי יצחק דוב, אב"ד יאזלאוויץ, מחבר פונעם ספר באר יצחק.

זין רעדאַקטירן

  • רבי שאול געדינט אלס רב אין לובלין.
  • רבי יוסף נחמן, אב"ד פולנאה.
  • רבי בצלאל וועלכער האט ממלא מקום געווען זיין טאטען אין אוסטראה, איידעם פון רבי חיים ראפאפורט.
  • רבי מרדכי נפתלי, אב"ד הארימלאוו.
  • רבי שלמה דובער.

איידעמער רעדאַקטירן

  • רבי נפתלי הירץ הכהן פון שאריגראד.
  • רבי שמחה כ"ץ פון אוסטראה, זון פון רבי נחמן כ"ץ אב"ד אוסטראה.

שטיף־זון רעדאַקטירן

  • רבי משולם זלמן אשכנזי, געווען רב אין לובלין.

זיינע ספרים רעדאַקטירן

  • מאיר נתיבים, צוויי חלקים, חלק ראשון שאלות ותשובות, און דער צווייטער חלק חידושי תורה (פולנאה תקנ"א).
  • אור עולם, אויף תרי"ג מצוות (פולנאה תקנ"ה).
  • דרך הטוב והישר, אויף ד' חלקי שו"ע (פולנאה תקנ"ט).
  • סוד יכין ובועז, א ספר פון קבלה און חסידות.

דרויסנדיגע לינקען רעדאַקטירן