מאַטערסדארף (דײַטש: Mattersdorf, אונגאַריש: Nagymarton, קראאטיש: Materštof) איז געוון א שטעטל אין בורגנלאנד, מערב אונגארן (היינט עסטרייך).

מאטערסדארף
Mattersburg
www.mattersburg.gv.at
מאַטערסדארף
סמל מטרסדארף

פלאצירונג רעדאַקטירן

מאטערסדארף ליגט אין צפון בורגנלאנד, מזרח פון ווינער ניישטאט אין דעם וואולקע טייך טאל, אין דער וויינגארטן ראיאן.

היינט קען פארן קיין מאטערסדארף אויפן שאסיי, אדער דער בורגנלאנד שאסיי S31 פון אייזנשטאט אדער דער מאטערסבורג שאסיי S4 פון ווינער ניישטאט.

מאטערסדארף איז פארבונדן מיט ווינער ניישטאט און שאפראן דורך דער מאטערסדארפער באן.

היסטאריע רעדאַקטירן

מענטשן האבן געוואוינט אין מאטערסדארף שוין אין 1202. אין 1924 איז מאטערסדארף געווארן א שטאט און האט געטוישט זיין נאמען צו מאטערסבורג.

מ'זאגט אז די שישא ברידער, פליטים פון דער אינקוויציע אין שפאניע, האבן געגרינדעט די יידישע קהילה אין מאטערסדארף.‏[1]

מאטערסדארף איז געווען איינע פון די שבע קהילות פון בורגנאלד. די ערשטע יידן האבן זיך באזעצט אין מאטערסדארף אינעם 16טן יארהונדערט, ווען זיי זענען פארטריבן פון שאפראן, און זיי האבן זיך געמערט אין די קומענדיגע יארן. אין 1671, האט לעאפאלד דער ערשטער באפעלט אז זיי זאלן פארלאזן דאס שטעטל. אין 1678 האט מען זיי ערלויבט צוריקקומען קיין מאטערסדארף, אבער זיי האבן געדארפט צוריקקויפן זייערע פארמעגן. די יידישע געמיינדע האט געהאט פולע אויטאנאמיע ביז תרס"ג, ווען זיי זענען צונויפגעגאסן מיט דעם אלגעמיינעם שטעטל.

מענטשן פון מאטערסדארף רעדאַקטירן


זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאטערסדארף

47°44′17″N 16°23′49″E / 47.73806°N 16.39694°E / 47.73806; 16.39694