דאס ליכטשווערד (ענגליש: Lightsaber) איז א פיקטיווער געווער וואס מען נוצט אין דער "שטערן קריג" אוניווערס. געוויינטלעך ווערן ליכטשווערדן באניצט נאָר דורך די גוטע דזשעדייַ און די שלעכטע סיט, און נישט דורך קיינעם אנדערש.

א בלויען ליכטשווערד

באשרייבונג רעדאַקטירן

א ליכטשווערד איז ענלעך מיט א שווערד, אבער אנשטאט א שארף פון מעטאל האט א ליכטשווערד א לאזער שטראָל. דער שטראָל איז אזוי מעכטיק אז עס קען אלצדינג דורכשנייַדן.

דער שטראָל פון דאס ליכטשווערד קען זיין רויט, בלוי, גרין אדער וויאלעט. געוויינטלעך ניצן די סיט רויטע ליכטשווערדן, און די דזשעדייַ ניצן די אנדערע דריי קאלירן.