כנסת וואלן 2015

וואלן צום צוואנציגסטן כנסת

די וואלן צום 20סטן כנסת זענען פארגעקומען אין ישראל דינסטיק דעם 17טן מערץ 2015.

וואלן-שילד פאר יהדות התורה

דער גרעסטער פארטיי נאך די וואלן איז געווען ליכּוד מיט 30 מאַנדאַטן. דער ציוניסטישער פאריין, א קאאליציע צווישן דער ארבעטס-פארטיי און די באוועגונג, אונטער יצחק "בוזי" הערצאג, האט באקומען 24 מאנדאטן. צווישן די 120 געוויילטע זענען 39 נייע כנסת דעפוטאטן.

מאנדאטן צאל שטימען % פארטיי נאמען צייכונג דער פירער מאנדאטן אין יאר 2013
30 984,966 23.4% ליכוד מחל בנימין נתניהו 18
24 786,075 18.7% ציוניסטישער פאריין אמת יצחק הערצאג 21
13 443,837 10.5% הרשימה המשותפת‎ ודעם איימאן אדע 11
11 370,850 8.8% יש עתיד פה יאיר לפיד 14
10 315,202 7.5% כולנו כ משה כחלון 0
8 283,559 6.7% הבית היהודי טב נפתלי בענעט 12
7 241,200 5.7% ש"ס שס אריה דרעי 11
6 215,083 5.1% ישראל ביתנו ל אביגדור ליבערמאן 13
6 211,826 5.0% יהדות התורה ג יעקב ליצמאן 7
5 165,292 3.9% מרצ מרצ זהבה גל-און 6

די אנדערע פארטייען באקומען נישט קיין מאנדאטן, לויטן געזעץ וואס באשטימט דעם שוועל ביי 3.25%, ד"ה 136,808 שטימען.

זעט אױך רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: כנסת וואלן 2015