ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע

באן סטאנציע אין ירושלים, ישראל

בן-גוריון פֿליפֿעלד באַן סטאַנציע איז אן אונטערערדישע פאסאזשירן סטאנציע פון ישראל באנען וואס געפינט זיך ביים מערב אריינגאנג אין ירושלים. די סטאנציע איז געבויט געווארן ווי דער מזרח סוף-סטאנציע פון דער עלעקטרישע גיכבאנליניע קיין ירושלים. די סטאנציע איז צווישן בנייני האומה און דער ירושלים צענטראלע בוס סטאנציע, אונטער א טראם סטאנציע פון דער ירושלים לייכטע באן.

ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע
תחנת הרכבת ירושלים יצחק נבון
אפיציעלע וועבזייטל
ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע
תחנת הרכבת ירושלים יצחק נבון
אויפבוי־אינפארמאציע
געעפנט סעפטעמבער 2018
לאקאציע
לאקאציע שדרות שז"ר 6, ירושלים
קאארדינאטן 31°47′18″N 35°12′09″E / 31.788219°N 35.202439°E / 31.788219; 35.202439 קאארדינאטן: 31°47′18″N 35°12′09″E / 31.788219°N 35.202439°E / 31.788219; 35.202439 
סטאנציע־אינפארמאציע
אייגנטומער ישראל באנען
פעראנען 4
באדינונגען
  פֿריערדיגע סטאנציע    ישראל באנען     פֿאלגנדע סטאנציע  
סוף-סטאנציעירושלים ליניע
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

היסטאריע רעדאַקטירן

די סטאנציע איז געעפנט געווארן דעם 25סטן סעפטעמבער 2018. די פעראנען זענען 80 מעטער אונטער דער ערד און זענען פארבונדן דורך א טונעל מיט א גרויסן בריק איבער דעם ארזים טאל.

די סטאנציע איז פארבונדן מיט דער נאציאנאלע באן נעצווערק אבער נאר עלעקטרישע באנען באדינען די סטאנציע. דאס ערשטע יאר זענען די באנען געפארן נאר ביז בן-גוריון פליפעלד. מוצאי שבת וישב תש״פ, א נאכט פאר חנוכה, האט אנגעהויבן די באדינונג אויף דער פארלענגערטער רוטע קיין תל אביב ההגנה. לויטן פלאן גייט מען פארלענגערן די ליניע נאך ווייטער קיין תל אביב צענטראל און הרצליה.‏[1]

צוקונפטדיקע פראיעקטן רעדאַקטירן

פארלענגערן די אייזנבאן מזרח צום כותל רעדאַקטירן

לויט אן ערשטיגן פלאן פון ישראל באנען, וועט די אייזנבאן ווערן פארלענגערט אין דער מזרחדיקער ריכטונג, צו צוויי נייע סטאנציעס, אין צענטער פון דער שטאט און אונטער דעם כותל מערבי פלאץ. די ירושלים צענטראל באן סטאנציע וועט זיין פלאצירט טיף 50 מעטער אין געגנט פונעם דאווידקע סקווער.‏[2]

באדינונג רעדאַקטירן

  • יעדע שעה פארן ארויס צוויי באנען קיין תל אביב.


רעפערענצן רעדאַקטירן


וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע