הרב יעקב מאיר (ז' אייר ה'תרט"ז, 12טן מיי 1856ט' סיון ה'תרצ"ט, 26סטן מיי 1939) איז געווען דער ערשטער ספרדישער הויפט רב ״ראשון לציון״ פון ארץ ישראל אלס טייל פון הויפט רבנות, און איז אויך געווען א שד"ר.

יעקב מאיר
געבורט 12 מאי 1856
ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 מאי 1939 (אלט 83)
בריטישער מאנדאט, בריטישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב יעקב מאיר

ביאגראפיע רעדאַקטירן

 
הרב יעקב מאיר אין יאר 1936 (לערך)

הרב מאיר איז געבוירן געווארן אין ירושלים. צו זיין פאטער כָלֵב מירקאדו מאיר און זיין מוטער ריינה מאיר. ער האט געלערנט ביי רבי מנחם בכר יצחק, און אין עלטער פון 15 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען ביי דעם מקובל רבי אהרן עזריאל (איידעם פון רבי אליעזר פאפו בעל פלא יועץ), א מקובל זקן פון דער ישיבה "בית אל".

אין עלטער פון 16 יאָר האָט ער חתונה געהאַט מיט רחל יצחקי, און אין די ערשטע יאָרן נאָך זיין חתונה האָט ער ווייטער געלערנט תורה.

זיין איידעם איז געווען רפאל יהושע עזריאל.

זיין שוועסטער רבקה קסטל האט געהייראט רבי מאיר שמואל קאסטעל.

פטירה רעדאַקטירן

הרב יעקב מאיר איז נפטר געווארן ט' סיון תרצ"ט. אינעם זעלבן שבת וואס רבי יעקב מאיר איז נפטר געווארן, איז אויך נפטר געווארן רבי יעקב חיים סופר, מחבר פונעם כף החיים, די לוויה פאר זיי ביידע איז פארגעקומען זונטאג און איז געווען איינע פון ​​די גרעסטע לוויות וואס ירושלים קען שוין יארן יובל.