רבי יעקב אריה טווערסקי (ט' אב ה'תרמ"ד - כ"א תשרי ה'תש"ם) איז געווען דער טריסקער רבי אין לאנדאן.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי יעקב אריה איז געבוירן תשעה באב תרמ"ד אין טריסק צו זיין פאטער רבי מרדכי זוסיא טווערסקי, אדמו"ר אין הוצאלעס און יאס, און זיין מוטער מרת חוה גיטל פון באהוש.

פאמיליע רעדאַקטירן

ער האט חתונה געהאט מיט מרת בלומא רייזל, א טאכטער פון זיין פעטער רבי פינחס פון זשינקאוו.

רעביסטעווע רעדאַקטירן

ווען זיין שווער איז נפטר געווארן ז' אב תרע"ו האט ער אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע אין זשינקאוו. צוויי יאר שפעטער האט ער אריבערגעפירט זיין הויף קיין קאמעניץ פאדאלסק. אין תר"ף איז ער אנטלאפן פון די קאמוניסטן, וואס האבן געוואלט אים שיקן קיין סיביר, און אנגעקומען אין ווין, און דערנאך אין בערלין. ער האט געשפירט אז די באדן דארט "ברענט אונטער זיינע פיס" און ער איז ווייטערגעפארן קיין לאנדאן, וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף אינעם איסט ענד.

חודש אב תשכ"ד האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק, און געוואוינט דארט ביז זיין פטירה הושענא רבה תש"ם. מ'האט אים באערדיגט אין הר הזיתים.