יישוב הישן איז די גאר אלטע שטעט אין ארץ ישראל נאך פאר די ציונים האבן זיך דארט באזעצט ביי דער ערשטער עליה אין יאר ה'תרמ"א. די פיר שטעט זיינען: ירושלים, חברון, צפת, טבריה. רוב פון די איינוווינער זיינען געווען פרומע אשכנזים און ספרדים. רוב פון זיי האבן עוסק געווען אין לימוד התורה און האבן זיך אויסגעהאלטן פון שנאר פון די כספי החלוקה.