הרב יהושע גרינוואלד (ה'תרס"ט - ו' אב ה'תשכ"ט) איז געוועזן דער לעצטער רב אין דער שטאט חוסט בעפאר דעם צווייטן וועלט קריג, דורכאויס די קריג איז ער אנגעקומען קיין עבנזע קאנצעטראציע לאגער, און דארטן איז ער געראטעוועט געווארן.

הרב יהושע גרינוואלד
הרב יהושע גרינוואלד
געבורט 1909
ה'תרס"ט
חוסט, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1969 (אלט 60 בערך)
ו' אב תשכ"ט
ניו יארק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט חוסט, בודאפעשט, פאריז, ניו יארק
זיינע רביס זיין פאטער, רבי אברהם יוסף גרינוואלד
חיבורים

שו"ת חסד יהושע ד"ח חסד יהושע אויף מסכת סנהדרין חסד יהושע אויף מסכת ע"ז

אבני מילואים
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

זיין יוגנט רעדאַקטירן

ר' יהושע גרינוואלד איז געבוירן אין תרס"ט אין חוסט, אונגארן (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער, הרב אברהם יוסף גרינוואלד, זון פון הרב משה גרינוואלד, מחבר פון "ערוגת הבושם" און חוסטער רב.

אלס יונגערמאן רעדאַקטירן

אין תרפ"ט, ביי די 20 יאר, האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הרב יחזקאל פאנעט (דער צווייטער), דער דעעשער רב. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין דעעש עטלעכע יאר, און האט געפירט די ישיבה מיט זיין שוואגער הרב יעקב אלימלך פאנעט.

שפעטער איז ער באשטימט געווארן ראב"ד פון אונגוואר, טשעכאסלאוואקיי (היינט אוקראינע).

רב אין חוסט רעדאַקטירן

דורכאויס דעם קריג רעדאַקטירן

נאכן קריג רעדאַקטירן

נאכן קריג האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט מרת מרים, א טאכטער פון וויזשניצער רבי'ן וואס זי איז געווען די גרושה פון הרב יהודה הורוויץ, דזשיקאווער רבי, און צום סוף פון זיינע יארן האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק. ער איז נפטר געווארן ו' אב תשכ"ט, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות.

נאך זיין פטירה האט זיין אלמנה חתונה געהאט מיט הרב יצחק יעקב ווייס זצוק"ל, גאב"ד ירושלים.