יהודה גרין

יידישער זינגער
יהודה גרין
געבורט ארט ירושלים
באשעפטיקונג בעל תפילה און זינגער
צאל אלבאמען 5
http://www.yehudagreen.com/

יהודה גרין (געבוירן 1959) [1] איז א חסידישער זינגער, קאמפאזיטאר און בעל תפילה אין דער קארליבאך שול אין וועסט סייד, מאנהעטן . ער איז באקאנט אלס נאכפאלגער און תלמיד וועלכער זינגט און דאוונט אויפן נוסח פון שלמה קאַרליבאַך.

ביאגראפיע רעדאַקטירן

יהודה גרין איז געבוירן אין מאה שערים געגנט פון ירושלים, אין א משפּחה פון ברעסלאווער חסידים.[2] ער האָט געהערט זײַן ערשטן שלמה קארליבאך אלבאם ווען ער איז געווען אלט פינף יאָר. אלס בחור האט ער געלערנט אין א ליובאוויטשער ישיבה.

אין 1969 האָט ער זיך באטייליגט ביי זיין ערשטער קאַרליבאך פאָרשטעלונג, און זינט דאן איז ער ווי צוגעבינדן געווארן דערצו, און ער האט זיך אנגעהויבן באטייליגן ביי מלוה מלכה'ס פון קארליבאך ווען ער האט געקענט.

אין 1980 האָט יהודה זיך באטייליגט ביי א קומזיץ אין גאלדערס גרין, לאָנדאָן, וואו קארליבאך האט געזינגען. רבי שלמה איז אנטציקט געווארן פון אים, און ער האט אים איינגעלאדנט צו קומען זינגען מיט אים ביי א קאנצערט וואס ער האט אפגעהאלטן דעם קומענדיגן טאג. גרין דערציילט אז ער האט זיך אזוי געשעמט, אַז ער האט נאר מסכים צו קומען זינגען, שטייענדיג הינטער א פארהאנג.[1] [3]

מוזיק קאַריערע רעדאַקטירן

בעל תפילה רעדאַקטירן

אין די שפּעט 1990 יארן, איז ער געבעטן געווארן צו דינען אלס בעל תפילה פאר די ימים נוראים תפילות אין די קארליבאך שול. ער איז געווארן אן אפיציעלער חזן אין יענער שול אין 1998.[1] ער פירט אן די שבת תפילות צוויי מאל א חודש.[4]

זיין קאַרליבאַך נוסח סליחות וואס ער פירט אן אין דער קארליבאך שול, ציט צו זיך גאר אסאך צוקוקער.

דיסקאָגראַפֿיע רעדאַקטירן

  • לאַנד פון דיין נשמה (2007)
  • יערנינג (2010)
  • שלום אין מיין האַרץ (2012)
  • ברכינו (2015)
  • נשמה'לע (2018)

דרויסנדיגע וועבלינגען רעדאַקטירן

  1. a b c אייזנבערג, מלכה (10טן מאי 2012). Woodmere hosts Yehuda Green on Lag Ba'Omer weekend. The Jewish Star. דערגרייכט דעם 14טן אקטאבער 2014. ציטירן גרײַז: אומגילטיקער <ref> טאג; נאמען "wood" דעפֿינירט מערערע מאל מיט אנדער אינהאלט
  2. Besser, Yisroel. "The Songs We Sang". משפחה supplement: "10 Years". פסח תשע״ד (Spring 2004), p. 39. (אויף ענגליש)
  3. New York – Mishpacha Magazine Profiles 5 Page Article On Yehuda Green! Is He The Successor Of Shlomah Carlebach?. Vosizneias (‏3 דעצעמבער 2009). דערגרייכט דעם 13 אקטאבער 2014.
  4. Schneider, Ilene (יוני 2012). Spirit of Reb Shlomo. Orange County Jewish Life. דערגרייכט דעם 14 אקטאבער 2014.