טשארטקאוו (אוקראיניש: Чортків, טשארטקיוו, פּויליש: Czortków) איז א שטאט אין טארנאפאלער פראווינץ אין מערב אוקראינע. ער איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם טשארטקאווער ראיאן, מיט באפעלקערונג 29,057 (2001). טשארטקאוו געפינט זיך אויפן סערעט טייך, אינעם צפון טייל פון גאליציאנער פאדאליע און איז פלאצירט אינעם היסטארישן ראיאן פון גאליציע.

הערב
טארנאפאלער פראווינץ

היסטאריע רעדאַקטירן

 
פאנאראמישער אויסקוק אויף טשארטקאוו

טשארטקאוו ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין 1522, ווען דער פוילישער מלך סיגיזמונט דער אלטער האט געגעבן דעם באזיץ צום שטעטל צו יעזשי טשארטקאווסקי און געגעבן אים רשות צו געבן דאס שטעטל זיין נאמען, טשארטקאוו. דאס שטעטל האט אויך באקומען מאגדעבורג רעכטן. ביי די פויליש־טערקישע מלחמות האט די אטאמאנישע אימפעריע איבערגענומען דאס שטעטל (1673-1683). עס איז געווען א טייל פונעם טערקישן פראווינץ פאדאליע, מיט הויפטשטאט קאמעניץ, וואס האט עקזיסטירט צווישן די יארן 1672-1699.

נאך דער ערשטער טיילונג פון פוילן, איז טשארטקאוו געקומען אונטער עסטרייכער הערשאפט (1772-1918), און איז געווען דער צענטער פונעם טשארטקאווער באצירק. אין 1919 האבן די פוילישע איינגענומען דאס שטעטל, וואס איז געווען אין דער טארנאפאלער וואויוואדעשאפט פון דער צווייטער פוילישער רעפובליק ביז סעפטעמבער 1939.

אין 1931 האט דאס שטעטל געהאט 19,000 איינוואוינער, 22.8 פראצענט פון זיי אוקראינישע (פראוואסלאוונע), 46.4 פראצענט פאלאקן (קאטאליקן), און 30 פראצענט יידן.


יידישע היסטאריע רעדאַקטירן

אין טשארטקאוו האבן געוואוינט אסאך חסידים. דער ערשטער אדמו"ר פון טשארטקאוו איז געווען רבי דוד משה פרידמאן,א זון פונעם רוזשינער. רבי דוד משה'ס זון איז געווען רבי ישראל פרידמאן (נפטר געווארן אין תרצ"ד). נאך רבי ישראל האבן זיינע צוויי זין, רבי נחום מרדכי און רבי דוב בער געפירט צוזאמען. רבי דוב בער'ס זון, רבי שלמה, האט געפירט די רביסטעווע ביז זיין פטירה אין תשי"ט.

אום 26סטן אויגוסט 1942, 2:30 פארטאגס, האבן די דייטשע שוצפאליציי אנגעהויבן ארויסטרייבן די יידן פון זייערע הייזער. זיי האבן זיי געטיילט אין גרופעס פון זאלבע 120, און זיי אריינגעשטופט אין פראכט וואגאנען, און אזוי האבן זיי דעפארטירט 2000 יידן אין בעלזשיץ פארניכטונגס לאגער.

באקאנטע מענטשן רעדאַקטירן


זעט אויך רעדאַקטירן


וועבלינקען רעדאַקטירן


קאארדינאטן: 49°01′N 25°48′E / 49.017°N 25.800°E / 49.017; 25.800