טעניס איז א באל ספארט וואס מען שפילט אדער צווישן צוויי שפילער אדער צווישן צוויי מאנשאפטן וואס יעדער איינער האט צוויי שפילער. יעדער שפילער האלט א ראקעטקע און דער שפיל איז צו שלאגן א גומענעם באל מיט אן אייברפלאך פון קינסטליכע וואל.

מען שפילט טעניס אין אסאך לענדער איבער דער וועלט, און מען אינטערנאציאלע פארמעסטן.

שפילער רעדאַקטירן

פראפעסיאנעלע טעניס שפילער באקומען נישט קיין געהאלט, אנדערש ווי למשל פוטבאל וואו זיי געהערן צו א מאנשאפט. כדי צו פארדינען געלט פון דעם ספארט, פארדינען זיי גאנץ גרויסע סומעס ווען זיי געווינען א מייסטערשאפט טורנאמענט. די פירנדע טעניס שפילער אין 2013 זענען ראדזשער פעדערער, רפאל נאדאל, ענדי מאריי און נאוואק דזשאקאוויץ.