די טעלזער ישיבה איז געגרינדעט געוואָרן אין דעם שטעטעלע טעלז, ליטע, אין יאָר ה'תרל"ה. אירע ערשטע פּיאָנערן און פירער זײַנען געווען די רבנים רבי זלמן אבל, רבי מאיר אַטלאַס און רבי צבי יעקב אָפּענהײַם. די דאָזיקע דרײַ גדולים זײַנען דאַן נאָך געווען יונגעלײַט. אין יאָר תרמ״א (1881) איז אויפגענומען געוואָרן אַלס רב אין טעלז הרב אליעזר גאָרדאָן און מיט זײַן אָנקומען אין טעלז פאַנגט זיך אָן דער וואוקס און אויפבלי פון דער ישיבה. הגר״א גאָרדאָן איז פריער געווען רב אין קעלם און האָט אויך דאָרט אָנגעפירט מיט אַ ״קיבוץ״ פון דערוואַקסענע לומדי תורה. נאָך זײַן פטירה איז זײַן איידעם הרב יוסף לייב בלאָך געוואָרן זײַן ממלא מקום. ער האָט געהאַט דרײַ זין, הרב אברהם יצחק, זײַן ממלא מקום, רבי זלמן (שווער פון רבי מרדכי גיפטער) און רבי אליהו מאיר.

די טעלזשער ישיבה

די טעלזער ישיבה איז געווען איינציגאַרטיג אין דער ישיבה׳שער וועלט מיט אירע פּעדאַגאָגישע סדרים.

הײַנט געפינט זיך די ישיבה אין קליוולאַנד, אָהאַיאָ, פאַראייניגטע שטאַטן.

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן