די טוקאנען אדער פעפער-פרעסערס זענען א משפחה פון טראפישע פויגלען. די משפחה איז כולל פינף מינים און בערך פערציג זגאלן.

טוקאנען

וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: מיתרניים
קלאַס: עופות
סדר: נקראים
פֿאַמיליע: Ramphastidae

טוקאנען וואוינען אין טראפישע וועלדער אין צענטראל און דרום אמעריקע. זיי פליען נישט אין די קאלטע לענדער במשך די זומער חדשים.

א טוקאן האט א לאנגען שארפן שנאבל און קורצע פליגלען; ביי א טייל פון זיי איז דער שנאבל לענגער פונעם גוף.

זיי עסן בעיקר פירות אבער זיי עסן אויך אינסעקטן, קליינע יאשטשערקעס און אייער פון אנדערע פויגלען.

א טוקאן מאכט זיין נעסט אין א לאך וואס ער טרעפט אין דעם שטאם פון א בוים.די נקבה לייגט 2-4 ווייסע אייער אויף א מאל.


א טוקאן קען לעבן ביז 50 יאר (נישט אזוי לאנג אין געפענגעניש).



וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טוקאנען