טויט מארשן זענען געווען די געצווינגענע מאַרשן וואס די נאציס האבן ארויפגעצווינגען אויף זייערע ארעסטאנטען בעת דער צווייטער וועלט מלחמה אויף ווייטע מרחקים, אונטער אומדערטרעגלעכע מצבֿים, בשעת וועלכע די אַרעסטאַנטן זענען באַעוועלט געוואָרן דורך זייערע באַגלייטנדיגע וועכטער און אָפֿטמאָל דערהרגעט געוואָרן.

די נאַציס האָבן אָנגעפֿירט פֿיל טויט מאַרשן בעת דעם האָלאָקאָסט, מיינסטנס נאָענט צו דער ענדע פֿונעם קריג, נאָכפֿאָלגנדיג די עוואַקואַציע פֿון קאָנצענטראַציע לאַגערן.

דער טערמין טויט מאַרש איז לכתּחילה גענוצט געוואָרן דורך אַרעסטאַנטן אין נאַצישע קאָנצענטראַציע לאַגערן און שפּעטער דורך האָלאָקאָסט היסטאָריקער.

דער ערשטער גרויס-מאַשטאַביקער טויט מאַרש איז פֿאָרגעקומען אום זומער פֿון 1941, נאָכפֿאָלגנדיג די דייטשע אינוואַזיע פֿונעם סאוועטן פארבאנד. הונדרעטער טויזענטער סאָוועטישע קריגס געפֿאַנגענע זענען געצווינגען געוואָרן צו גיין לענג-אויס די שאָסייען פֿון אוקראַיִנע און ווייס-רוסלאַנד בשעת'ן ווערן טראַנספּאָרטירט פֿון איין לאַגער צום אַנדערן. מאַסן אַרעסטאַנטן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינמיטן וועג, אָדער ביי פֿאָראויס אַראַנזשירטע עקזעקוציע פּלעצער. בערך אין דער זעלבער צייט האָבן די רומעינישע (וועלעכע זענען געווען דייטשע אַליִיִרטע) מאַרשירט אידן פֿון בעסאַראַביע און בוקאווינא קיין טראַנסניסטריע. טויזנטער זענען אינמיטן וועג דערשאָסן געוואָרן דורך די רומענישע און דייטשע וועכטער.

רובֿ טויט מאַרשן זענען פֿאָרגעקומען נאָענט צו דער ענדע פֿון דער צווייטער וועלט מלחמה. אין משך פֿונעם זומער פֿון 1944, בעת די אַליאירטע האָבן זיך פֿאָראויס געריקט אויף מעריב און די סאָוועטישע אויף מזרח, האָבן די נאַציס אָנגעהויבן ליקווידירן די קאָנצענטראַציע לאַגערן. די ערשטע לאַגערן צו ווערן אויסגעליידיגט זענען געווען די וועלכע האָבן זיך געפֿונען אין צענטראַל פּוילן און אין די באַלטישע לענדער. יענעם האַרבסט, האָבן נאַצישע פֿירער באַשלאָסן צוצואיילן די דעפּאָרטירונג פֿון די בודאָפּעשטער אידן צו זייער טויט. אַ טויט מאַרש פֿון בודאָפּעשט האָט זיך אָנגעהויבן דעם 8טן נאָוועמבער 1944. 76,000 אידישע מענער, פֿרויען און קינדער זענען געצווינגען געוואָרן צו גיין ביז דער עסטרייכישער גרענעץ, אין באַגלייטונג פֿון אונגערישע וועכטער דער מאַרש האָט זיך געצויגן אַ חודש, וואָס אין דער צייט זענען טויזענטער געשטאָרבן פֿון הונגער, קראַנקייט, אויסשעפּונג און קעלט. נאָך טויזענטער זענען דערשאָסן געוואָרן אינמיטן וועג. עטלעכע הונדרעט זענען געראַטעוועט געוואָרן דורך נייטראַלע דיפּלאָמאַטן ווי ראַול וואַלענבערג פֿון שוועדן, וועלכער האָט אַרויס געשלעפּט אידן פֿון די מאַרשירנדע רייען, זיי גענומען אונטער זיין אויפֿזיכט און זיי צוריק באַגלייט קיין בודאָפּעשט. ס'רובֿ זענען נישט געווען אזוי מזלדיק, אָבער— די אַרעסטאַנטן וועלכע האָבן דערגרייכט די עסטרייכישער גרענעץ זענען איבערגעגעבן געווארן צו דייטשע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן זיי געפֿירט צו פארשידענע קאָנצענטראַציע לאַגערן. אַזעלכע ווי און מאטהויזן.

במשך פֿונעם ווינטער פֿון 1944-1945 האָבן די דייטשן געוויסט אַז זיי האָבן בעצם פֿאַרלוירן דעם קריג. דאָס האָט זיי געברענגט צו עוואַקואירן די קאָנצענטראַציע לאַגערן אין פּוילן, און צווינגן זייערע אַרעסטאַנטן צו מאַרשירן קיין דייטשלאַנד. די אידן זעלבסט האָבן געלעבט אין שטענדיקן פּחד פֿון דערמאָרדעט ווערן בעת די לעצטע פֿאַזעס פֿונעם קריג וויבאַלד מען האָט זיי מער נישט געדאַרפֿט פֿאַר קיין אַרבעט.

דעם 18טן יאַנואַר 1945, האָט זיך די עוואַקואַציע פֿון אוישוויץ און זיינע אונטערלאַגערן אָנגעהויבן. אַרום 60,000 מיינסטנס אידישע אַרעסטאַנטן, זענען מאַרשירט געוואָרן קיין וואדזיסלאוו (Loslau אויף דייטש), ווו זיי זענען פּלאַצירט געוואָרן אויף געפּאַקטע פֿראַכט באַנען און טראַנספּאָרטירט געוואָרן צו אַנדערע קאָנצענטראַציע לאַגערן ווייטער אויף מערב, אַזעלכע ווי גראס ראזען, דאכוי און מאטהויזן. צום ווייניקסטנס 15,000 מענטשן זענען געשטאָרבן אָדער דערהרגעט געוואָרן ביי דעם באַזונדערן טויט מאַרש. דריי טעג שפּעטער, דעם 21טן יאַנואַר, זענען 4,000 אַרעסטאַנטן, מייסטנס אידן פֿאַרשיקט געוואָרן פֿונעם ? לאַגער. אין דעם חודש האָבן די דייטשן אויך אָנגעהויבן אויסליידיגן דעם סטוטהאף לאַגער קאָמפּלעקס-נעץ וועלכער האָט אין יענער צייט געהאַלטן 47,000 אַרעסטאַנטן, איבער 35,000 פֿון זיי אידן רובֿ פֿון זיי פֿרויען. אַ סך-הכל פֿון 7,000 אידן 6,000 פֿרויען און 1,000 מענער האָבן געצווינגנערהייט מאַרשירט פֿאַר 10 טעג. זיבן הונדרעט זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינמיטן וועג. די וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם מאַרש אליין זענען אָנגעקומען צום באַלטישן ים דעם 31טן יאַנואַר. דעם זעלבן טאָג האָבן די נאַציס אריינגעשטופּט די איבערגעבליבענע אַרעסטאַנטן אינעם ים אַריין און זיי געשאָסן― בלויז דרייצן האָבן איבערגעלעבט.

די עוואַקואַציע פֿונעם הויפּט לאַגער פֿון גראָס-ראָזען און זיינע אונטערלאַגערן האָט זיך אָנגעהויבן אום פֿעברואַר 1945. אַלץ אינאיינעם זענען 40,000 אַרעסטאַנטן מאַרשירט געוואָרן, און טויזענטער זענען דערמאָרדעט געוואָרן לענג-אויס דעם וועג.

אום פֿעברואַר זענען די 20,000 אידישע אַרעסטאַנטן וועלכע האָבן געאַרבעט אין די ? אַרבעטס לאַגערן, אָדער דערמאָרדעט געוואָרן גלייך פֿאַר דער עוואַקואַציע אָדער בשעת דעם טויט מאַרש אַוועק פֿון די לאַגערן.

דורכאויס מערץ און אַפּריל 1945 בשעת די מלחמה האָט זיך געצויגן צו אַ סוף, האָבן די נאַציס עוואַקואירט לאַגער נאָך לאַגער, שיקנדיג צום ווייניגסטנס 250,000 פֿון זייערע 700,000 לאַגערס אַרעסטאַנטן אויף טויט מאַרשן. עטלעכע פֿון די מאַרשן האָבן זיך געצויגן וואָכן פֿאַרשאַפֿנדיק טויזענטער טויטפֿאַלן לענג-אויס די שאָסייען פֿון מערב עסטרייך און צענטראַל דייטשלאַנד. אָפֿט מאָל זענען די אַרעסטאַנטן מאַרשירט געוואָרן טייל פֿונעם וועג צו פֿוס און ווייטער אויף געפּאַקטע באַנען–זיבעציק מענטשן אויף אַ וואָגן –וואו זיי זענען אָפּגעזאָגט געוואָרן עסנוואַרג און וואַסער.

דעם 6טן אַפּריל 1945 האָט זיך די עוואַקואַציע פֿונעם הויפּט בוכנוואלד לאַגער אָנגעהויבן. 3,100 אידישע אַרעסטאַנטן זענען אַוועק מאַרשירט געוואָרן, פֿון וועלכע 1,400 זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינמיטן וועג. איבער די קומענדיקע פֿיר טעג זענען נאָך 40,000 אַרעסטאַנטן עוואַקואירט געוואָרן פֿונעם לאַגער, פֿון וועלכע 13,000 זענען דערהרגעט געוואָרן. בלויז מער ווי 20,000 אַרעסטאַנטן זענען איבערגעבליבן אינעם לאַגער, אריינגערעכנט עטלעכע אידן.

איינער פֿון די איבערגעבליבענע בוכענוואלד אונטערלאַגערן צו ווערן אויסגעליידיקט איז געווען רעמסדארף, וועלעכער איז עוואַקואירט געוואָרן דעם 13טן אַפּריל. איבער 4,000 אַרעסטאַנטן האָבן פֿאַרלאָזט דעם לאַגער, אָבער נישט מער ווי 500 האָבן איבערגעלעבט דעם סוף פֿונעם מאַרש.

די עוואַקואַציע פֿונעם דארא-מיטעלבאו לאַגער האָט זיך אויך אָנגעהויבן אום אַפּריל. רובֿ פֿונעם לאַגערס אַרעסטאַנטן זענען מאַרשירט געוואָרן פֿאַר צוויי וואָכן קיין בערגן-בעלזן. איין גרופּע אַרעסטאַנטן איז געצווינגען געוואָרן אַריין צו גיין אין אַ שטאַל וואָס איז דאַן אינטערגעצינדן געוואָרן. אַמעריקאַנער טרופּעס זענען אָנגעקומען דעם אַנדערן טאָג און אַנדעקט הונדרעטער פֿאַרברענטע קערפּערס.

אום ענדע אַפּריל האָבן די נאַציס אָנגעהויבן דורכצופֿירן טויט מאַרשן פֿון פלאסענבערג, זאכענהויזען, נענגאמע, מאגדעבורג, מאטהויזען, ראוונסברועק, און פֿון נאָך עטלעכע פֿון די דאכוי אונטערלאַגערן. בשעת די מאַרשן, וועלכע האָבן אנגעהאַלטן ממש ביז צום טאָג פֿון דער נאַצישער קאַפּיטולירונג צוויי וואכן שפּעטער, זענען צענדליקער טויזענטער אַרעסטאַנטן געשטאָרבן אָדער הינגעריכטעט געוואָרן. די וואָס זענען אָפּגעשטאַנען אָדער זיך אָפּגעשטעלט אויסצורוען זיך, אַפֿילו אויף אַ רגע, זענען דערשאָסן געוואָרן. אין איין פֿאַל זענען טויזענטער מייסטנס אונגערישע אַרעסטאַנטן באַגראָבן געווארן לענג-אויס אַ קורצן 37-מייליגן מהלך צווישן גונסקריכען און מאטהויזן.

סך-הכל זענען אַן אָפּשאַץ פֿון 200,000-250,000 קאָנצענטראַציע לאַגערס אַרעסטאַנטן דערמאָרדעט געוואָרן אָדער געשטאָרבן ביי די געצווינגענע טויט מאַרשן וועלכע זענען דורכגעפֿירט געוואָרן דורכויס די לעצטע צען חדשים פֿון דער צווייטער וועלט מלחמה, 25% ביז א דריטל פֿון זיי אידן.

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן