טאמעיטע דיפ, אדער ווי עס ווערט גערופן אין העברעאיש מטבוחה, איז א סאלאט געמאכט מערסטנס פון פאמידארן, צוזאמען מיט געבראטענע קנאבל און פעפערלעך, געקאכט צוזאמען.

ער איז גאר אן אויפגעכאפטע עסנווארג, וואס היימישע אידן ארום די וועלט עסן שבת קודש ביי די סעודה, דורכ'ן איינטינקען די חלה דערין.

עס איז נישט דוקא א אידישע עסנווארג, אבער אין די אלגעמיינע וועלט איז ווייט נישט אזוי אויפגעכאפט ווי ביים היימישן ציבור. אסאך מענטשן, בעיקר חסידים, קענען ווי נישט צוגיין צום שבת אן זייער באליבטן מאכל.

איר צוזאמשטעל רעדאַקטירן

טאמעיטע דיפ, איז גאר א פשוט'ע צוזאמשטעל, ממש ווי איר נאמען, דאס באשטייט פון צומאלענע טאמעיטעס, אריינגעלייגט דערין קנאבל, זאלץ און פעפער. דערנאך איז דא מענטשן וועלכע לייגן שוין צו אנדערע געווירצן לויט זייער טעם. טייל מאכן דאס גאר שארף מיט הייסע פעפער, און אנדערע מאכן דאס אביסל לייכטער.