רבי חנוך העניך הכהן לעווין (שאַטין) (ה'תקנ"חי"ח אדר ב' ה'תר"ל) רבי אין אלעקסאנדער.

חנוך העניך הכהן לעווין
געבורט 1798
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 21 מערץ 1870 (אלט 72 בערך)
אלעקסאנדער, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיינע רביס יצחק מאיר אלטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי העניך איז געבוירן אין לוטאמירסק אין יאר ה'תקנ"ח צו זיין פאטער הרב פנחס הכהן לעווין פון לוטאמירסק, און צו זיין מוטער מרת שרה חנה שאטען.

רבנות רעדאַקטירן

נאך זיין חתונה וואוינענדיג אין פרשיסחא איז רבי העניך געווארן צוגעצויגן צו דעם ייד הקדוש, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון הרב שמחה בונם פון פרשיסחא נאכהער איז ער געווארן פון די תלמידים פון דעם קאצקער רבין. נאך זיין פטירה איז רבי העניך געווארן פון די אנהענגער פון חידושי הרי"ם כאטש רבי העניך איז געווען עלטער פון אים.

רבי העניך איז געווען רב אין נאווידוואר און אין פראזשניץ, נאכהער האט ער זיך געצויגן קיין אלעקסאנדער, אין יאר ה'תרכ"ו נאך דער פטירה פון חידושי הרי"ם האבן די חסידים אויפגענומען רבי העניך אלס רבין, און ער האט אנגעפירט זיין רביסטעווע אין אלעקסאנדער.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי העניך איז נפטר געווארן י"ח אדר ב' ה'תר"ל.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי העניך האט געהייראט א טאכטער פון הנגיד הרב יעקב יעקיל פון פרשיסחא. זייערע קינדער:

  • הרב יחיאל אפרים פישל הכהן לעווין ( - י"ד אב|י"ד מנחם אב) פון מאלעניץ.
    • מרת פערל בינה די ווייב פון הרב יצחק פלאקסער פון קארעוו
    • הרב פנחס יעקב הכהן לעווין ( - י"ב טבת ה'תרס"א)
    • מרת ברכה
    • מרת מלכה
    • מרת יוכבד
    • הרב מנחם מענדל הכהן לעווין, פון דזשאראוו
    • מרת שיינדל רבקה
    • מרת שרה חנטשא
  • מרת ברכה שפרה מרים
  • מרת צפורה

זיינע ספרים רעדאַקטירן

  • חשבה לטובה

רעפערענצן רעדאַקטירן