רבי חיים האגער זצ"ל (ה'תקנ"ה - כ"ה אייר ה'תרי"ד) פון קאסאוו. "דער תורת חיים".

תורת חיים לר' חיים הגר מקוסוב, מהדורת גרוסוורדין, תרפ"ז

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי חיים איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ה, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב שמואל שמחה זימל קאך פון קאסאוו.

רבנות רעדאַקטירן

רבי חיים איז געווען באקאנט אלץ למדן, די גדולי התורה האבן זיך געשריבן מיט אים. נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי חיים געווארן דער ממלא מקום פון פאטער רב אין קאסאוו, ער האט אנגעפירט דאס רבנות מיט א פעסטקייט.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי חיים איז נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תרי"ד, ס'איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי חיים האט געהייראט מרת צפורה ( - י"ט טבת ה'תרל"א), א טאכטער פון הרב יהודה מאיר שפירא פון שעפעטיווקא, (אן איידעם פון הרב יעקב שמשון רב אין שעפעטיווקא), א זון פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ. זייערע קינדער:

  • מרת שיינא רחל, די ווייב פון הרב יהושע אלעזר חודורוב, פון קאלאמייע.

זיינע ספרים רעדאַקטירן

  • תורת חיים
  • תורת חיים תנינא

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר